מיטוואך וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך וישלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל דוד גאנדל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' בנימין מתתי' הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר אברהם עיבר דייטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים הערש כהנא הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"ח גאלדשטיין הי"ו.
ב"ר פנחס שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה שלום פוקס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און די בעל ברית בחדרו הפרטי.
נאך שחרית ארום 12:50 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פונעם ערשטן אור אייניקל, הכלה בת נכדו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט''א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס חתן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א וועלכע איז פארגעקומען צומארגנס דאנערשטאג אין ביהמ"ד הגדול אין וומ"ס,
ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה,
ביים אריינקומען אין אהל האט דער רבי געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל זי"ע און בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 1:35.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
אין די נאכמיטאג שעות האט כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א זיך פארבינדן טעלעפאניש מיט רבינו שליט"א צו אנוואונטשן א ברכת מזל טוב לרגל די שמחת החתונה פונעם ערשטן אור אייניקל וועלכע איז פארגעקומען צומארגנס דאנערשטאג אויפדערנאכט אין וומ"ס.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף הערש מיללער הי"ו און הרה"ח ר' בנציון אליהו זאלדאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל שרגא בר"ב ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' הלל כהנא הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל שלום שאפער הי"ו און הרה"ח ר' שמעון יואל גוטמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיט הגה"צ רבי הערשל פיש שליט"א אדמו"ר מזידיטשוב פרעמיסלא און אנגעוואונטשן א ברכת תנחומין על פטירת אשתו הרבנית ע"ה.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' מענדל גאלד שליט"א און הרה"ח ר' אלי' באש הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ב"ר בנציון בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~