דינסטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג וישלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' עמרם בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמעון הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"י גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~