דאנערשטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג וישלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף אלי' סאמעט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברש"ח מענדלאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' בערל מאשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור און די בעל ברית בחדרו הפרטי.
"קול צהלה ורינה שפתינו אז תרננה - שישו ושמחו בשמחת רבינו=
=היסטארישע שמחת החתונה פונעם ערשטן אור אייניקל הכלה בת הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס, בן הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א,
עב"ג החתן הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א בן הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א - רב דביהמ"ד שערי תפילה קרית יואל, בן הגה"צ אבד"ק קארלסבורג מאנטריאל שליט"א וחתן הגה"צ אבדק יאסלא שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד גרינוויל שליט"א=
ארום 1:45 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צום שמחת החתונה,
דער רבי איז אנגעקומען קיין וומ"ס ארום 3:00 אזייגער און אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
ארום 4:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין היכל מאיר זעליג אין ביהמ"ד הגדול ווי דער דער רבי האט געדאווענט מנחה,
אויפן וועג צו מנחה איז דער רבי אדורך אינעם היכל התורה און זיך אומגעקוקט אויף די פילע לומדים מיט א שטארקע קורת רוח,
בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו,
נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביי מרן רבינו שליט"א.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צום קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול ארום 5:20, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות,
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה און די דערהויבענע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה,
ביים קבלת פנים האבן זיך משתתף געווען האדמו"ר מוויזניץ וומ"ס שליט"א, האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א און האדמו"ר מראחמיסטריווקא וומ"ס שליט"א,
דער רבי האט תורם געווען צדקה פאר אחיו הגה"צ שליט"א פאר כולל עצי חיים בארה"ק און אזוי אויך פאר כולל שומרי החומות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, חשוב'ע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און ארויסגעברענגט רגשי לבבו אז מען האט די זכיה צו פירן אונטער די חופה א דור רביעי, און ממשיך געווען בקול חנוק מדמעות מיט דברי שבח והודאה צו הקב"ה אז מען שטייט יעצט דא ביי אזא שמחה, און די פליכט וואס ליגט אויף אונז מיט א הודאה אויפן עבר און א בקשה אויפן עתיד צו הקב"ה מען זאל זען נחת פון די אייניקל און פון אלע אנדערע אייניקלעך לתפארת בית האבות, און אנגעוואונטשן אז ברכת צדיק יחילו על ראשינו און אלע צדיקים פון עולם העליון וואס קומען אראפ צום שמחת החתונה ובראשם מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בעט מען זיי אז זיי זאלן נישט אראפקומען ליידיג נאר אראפברענגען אלע גוטע השפעות בכל ענינים פארן גאנצן ציבור, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
מען האט מסדר געווען די כתובה,
עדי כתובה: הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א - מו"ץ בית מדרשינו שכונת זרע קודש ק"י ומנהל ישיבה דרך התורה, און הר"ר יואל ניימאן שליט"א - מנהל ישיבה שביל התורה,
דערנאך איז מען געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון קראסנא.
ארום 6:50 איז רבינו שליט''א ארויסגעקומען צום מעמד החופה פארנט פון בית מדרשינו הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו,
מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געווען גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
קריאת הכתיבה: הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א.
ברכות ראשונות: הגה"צ גאב"ד גרינוויל שליט"א.
ברכה אחריתא: הגה"צ אבד"ק קארלסבורג מאנטריאל שליט"א.
עדי קידושין: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל ישיבה לצעירים וומ"ס, און הר"ר נטע מאשקאוויטש שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף מבצר התורה וומ"ס.
עדי יחוד: הר"ר אהרן מאשקאוויטש שליט"א און הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די געהויבענע זיידעס.
נאך די חופה איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש אויף היוז סט. ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב,
נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת סיום הש"ס פון נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני תורה,
הרב ליפא שליט"א האט געמאכט די סיום הש"ס און געזאגט די הדרן,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א שטיק צייט,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים,
דערביי האט זיך דער רבי באניצט מיטן בעכער פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע געשיקט דורך הרה"ח ר' אהרן פריעדמאן הי"ו - מגדולי עסקני החינוך בניו יארק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פונעם בעכער און פון פארשידענע חתונות בבית סיגוט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר נכדו הרב ליפא שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר חמיו הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
נאך די סעודת החתונה וועלכע איז פארגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול בראשות הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א אינאיינעם מיט די חשוב'ע זיידעס און מחותנים שליט"א איז דער גאנצער ציבור אריבער צום מאסיוון גרינהאוז קאמפלעקס ווי עס איז פארגעקומען די ריקודין של שמחה און די געהויבענע מצוה טאנץ,
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 9:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אינעם זאל צום סעודת החתונה בהשתתפות אלופי אלפי אנשי שלומינו,
דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות און שמחה, און דערנאך זיך געוואשן צום סעודת החתונה,
ארום 9:50 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן,
ביים סעודה האבן זיך משתתף געווען האדמורי"ם מוויזניץ מאנסי און וויזניץ לאנדאן שליט"א,
דער רבי האט זיי מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים פאר א לענגערע צייט,
אויך האבן זיך משתתף געווען ביים שמחת החתונה רבני קהלתינו פון איבער גרעיטער ניו יארק און פילע אדמור"י ורבני עיר וומ"ס, צווישן אנדערע האדמו"ר מסקולען וומ"ס שליט"א, האדמו"ר מגאלאנטא שליט"א, הגאון הגדול רבי מענדל זילבער שליט"א - גאב"ד פריימאן,
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 10:50, און אריין לחדרו הפרטי אינעם זאל.
ארום 11:25 איז דער רבי אריין געקומען צו ברכת המזון,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק יאסלא שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א.
ברכה אחריתא: הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות הק', דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, וכל העם הנאספים,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך מיט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און עקסטער מיט נכדו אבי הכלה הרה"ג ר' יואל שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך מיט משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און דערנאך עקסטער מיט אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א.
דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די עלטער זיידעס הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א און הגה"צ גאב"ד גרינוויל שליט"א,
דערנאך האט מען אויסגעריפן די זיידע הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני שבח והודאה מיט גרויס התעוררות פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א אפגעראכטן די ריקודים לפני הכלה מיט גרויס התרגשות און שמחה פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיט אביו רבינו שליט"א פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט מען אויסגעריפן די זיידעס הגה"צ אבד"ק קארלסבורג מאנטריאל שליט"א, הגה"צ אבד"ק יאסלא שליט"א, הגה"צ אב"ד בארדיוב שליט"א, און דערנאך די מחותנים דער אבי החתן און אבי הכלה שליט"א,
דער בדחן האט אויסגערופן די חתן וכלה, מען האט געטאנצן אשת חיל, און דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, דער רבי האט פארלאזט די זאל אום 3:15 און אהיים לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול.
~🌴~