זונטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וישלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית פאר די 'תאומים' לבן הנולד אצל ר' יואל האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר חיים משה לעוו שליט"א.
ב"ר אברהם מאיר עקשטיין הי"ו.
ב"ר אלי' שפיטצער הי"ו.
ב"ר דוד קליין הי"ו.
ב"ר יחזקאל שרגא הירש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 4:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד משה ניישטאדט הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברב"מ מארקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר שמעון שנעבאלג שליט"א - רב שכונת הר שמואל בארה"ק בן האדמו"ר מזידיטשוב ב"ב שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר פישל ברי"צ סופר שליט"א און הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל יעקב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בריח ביקעל הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~