שבת קודש פרשת ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויצא=
ארום 3:30 האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פארן אור אייניקל החתן הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א בן הרה"ג ר' יעקב שלמה שליט"א - רב דביהמ"ד שערי תפילה קרית יואל המיול"ח הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס חתן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
דער רבי האט אנגעטוהן די שטריימל און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים.
ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר כולל תפארת בחורים וומ"ס.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן גה"צ רב דביהמ"ד בית אלעזר שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' בנימין שעכטער הי"ו - חיפה.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אסף אלקים את חרפתי און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מין במינו.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דערנאך האט דער ארומגערעדט איבער די מצוה פון הפרשת תרומות ומעשרות וואס מען האט געהאט די זכיה צו מקיים זיין די וואך אין ארה"ק צום ערשטן מאל,
דער רבי האט אויסגעשמועסט און מסביר געווען פאר די בחורים די סדר פון די הפרשה בטוב טעם ודעת.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יצחק יוסף מארק הי"ו - ירושלים.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:10.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד אהרן לאנדא הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
כהן: החתן טובי' ב"ר יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
לוי: ר' משה אליעזר רובינפעלד הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: החתן יואל משה ב"ר דוד שטוהל הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן יעקב גדלי' ב"ר יוסף הערש מיללער הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן יושע ב"ר דוד משה ניישטאדט הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון דערהויבענע מסע הקודש אין ארה"ק,
דערנאך האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' משה יעקב מאסרי הי"ו.
ר' וואלף בער ליכטענשטיין הי"ו.
ר' אברהם יצחק גרינפעלד הי"ו.
ר' יוסף אשר גאטליעב הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו.
הוספות: החתן משה יואל ב"ר אליעזר טעללער הי"ו.
החתן ב"ר יצחק אהרן האלענדער הי"ו.
אחרון: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:10.
ביים קידושא רבא בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדי רבינו בת הנולדה אצל הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין ארה"ק,
און די שמחת הקידושא רבא לבת הנולדה אצל הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין ב"פ.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודא ארי' לאנדא הי"ו.
כהן: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בית דוב.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק שיפף הי"ו - מאנסי.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אכן יש ה' במקום הזה און ארויסגעברענגט אז ווען עס איז דא עובדי ע"ז אין ארץ ישראל ובפרט אויפן מקום המקדש איז דא א רצועה יוצאות מארץ העמים און עס איז נישט דא דארט קיין קדושת ארץ ישראל, און נאר אזוי פארשטייט מען וויאזוי עס קען זיין אזא מקום טומאה אויף אזא מקום קדוש ביים מקום המקדש,
און דער רבי האט געזאגט אז מען פארט קיין ארץ ישראל און מען זעט עס צו מיט די אייגענע אויגן אוי לעיינים שכך רואות אויפן מקום המקדש שמשם יראה יוצאות לעולם, דארט איז געווען די עקידת יצחק, דארט האבן יצחק און יעקב מתפלל געווען, דארט האט די שכינה גערוט בזמן שביהמ"ק קיים, און ליידער זעט מען אזא מקום טומאה אויפן פלאץ, מען האפט און מען איז מתפלל עס זאל בקרוב זיין ותבנהו מהרה ותגדל כבודו בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יעקב בהרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:25.
ארום 9:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ ווי עס איז פארגעקומען די דינער השנתי 'אהבה רבה' לטובת מוסדותינו הק' וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת חי',
ביים אנקומען קיין ב"פ האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אנטשיל ב"ר יצחק גאלדבערגער ע"ה.
דער רבי איז אנגעקומען צום דינער ארום 11:00 אזייגער און זיך באגריסט מיט די חשובע רבנים אויפן אויבנאן,
הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
דערנאך האט דער יושב ראש הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו אויפגעריפן דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי''ו צו משמיע זיין די דבר המוסדות,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, אויפן פסוק 'והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו' און ארומגערעדט איבער די נסיעה קיין ארה"ק פון ווי מען האט זיך נארוואס צוריקגעקערט, און ארויסגעברענגט די שטארקע קורת רוח פון זיך באגעגענען מיט די חשובע בני עליה ותלמידי חכמים מפורסמים וואס זענען אין די בחינה פון 'עולים', אבער מען האט אויך געזען די 'יורדים' די בחורים פון חוץ לארץ וועלכע לערנען אין ארץ ישראל און דרייען זיך אין די דארטיגע גאסן בייטאג און ביינאכט, מען דרייט זיך אויף הפקר אין אלע פלעצער און אויף אלע שמאלע גאסן אנשים נשים וטף, און דאס דארף יעדע איד וואס שיקט זיינע בחורים לערנען אין ארץ ישראל וויסן די סכנה וואס דאס איז בגשמיות וברוחניות,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און געזאגט אז אינו דומה שמיעה לריאה, ביז יעצט האט מען געהערט פון די גזירה און יעצט האט מען צוגעזען די פחד אין וואס מען לעבט דארט יעדע בחור און אינגערמאן און אזוי אויך די עלטערן אויף די קינדער מען זאל ח"ו נישט ארעסטירט ווערן רח"ל,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג בשבח פון מוסדותינו הק' אין ב"פ, די ת"ת די בית רחל די ישיבות קטנות בעיר ובחוץ לעיר און די ישיבה גדולה, און אויפגעפאדערט אנ"ש צו שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 11:50.
נאכן דינער איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם הערליכן לאקאל פון ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' בראשות הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א און בנו הרה"ג רב הביהמ"ד שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן רב שליט"א און פאר די מתפללי ונדבני הביהמ"ד.
ארום 12:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~