מאנטאג וישלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג וישלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' איתמר טובי' רובינשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
ב"ר חיים הערש ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל משה ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יצחק נפתלי מאנן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים מרדכי פילאפף הי"ו און הרה"ח ר' שאול חיים גאלדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר צבי גאלדבערג הי"ו און הרה"ח ר' יצחק אייזיק פישער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~