מאנטאג ויצא - בני ברק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויצא - בני ברק=
ארום 9:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט פילע אנשי שלומינו.
בעל תפילה: ר' אליקים יודא גרינוואלד הי"ו,
ביים ליינען האבן עולה געווען,
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א,
לוי: הרה"ג ר' יושע הערש יאזשעף שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"ב,
שלישי: רבינו שליט"א,
הגבה: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
נאכן דאווענען איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.
ארום 3:15 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגאון הגדול רבי משה שאול קליין שליט"א - רב שכונת אור החיים בני ברק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה ובעניני מזוזות,
הגאון רבי משה שאול שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו ויקהל משה און מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין די לשכת רבני העיר בני ברק אויף א באזוך ביי די רבני העיר הגאון רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א און הגאון רבי שבח צבי ראזענבלאט שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די כשרות אין די שטאט בני ברק און אלע רבנישע פונקציעס, באזונדער האט זיך די שמועס פארצויגן איבער די מהודר'דיגע "אריזאנע ווייץ" וועלכע מרן רבינו שליט"א האט איינגעפירט צו נוצן, און ווי הגאון רב לאנדא זצ"ל האט איין יאר געקומען שניידן אין אמעריקע בטירחא דגופא כדי צו קענען האבן פון די מהודר'דיגע ווייץ וועלכע האבן נישט קיין חששות, און ווי ער האט מקפיד געווען אליינס ארויפצוגיין אויפן קאמביין צום שניט, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די רבני העיר שליט"א.
נאכן באזוך האט רבינו שליט"א איינגעלאדנט די רבני העיר צו קומען אויף א באזוך אין קרית יואל זיך אומצוקוקן אויף די הערליכע ריינע אויסגעהאלטענע שטאט.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה פאר א נייע ספר תורה וועלכע ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יצחק אייזיק הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יצחק אייזיק הי"ו ובני משפחתו.
ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו אין זכרון מאיר ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת קבלת פנים דורך כולל עצי חיים לכבודו פון הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א נשיא הכולל,
ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: ר' ישראל אלימלך ב"ר שמעון ראטה הי"ו,
נאך מנחה איז פארגעקומען די מסיבת קבלת פנים בהיכל הביהמ"ד,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר שאול יחזקאל שווארטץ שליט"א וועלכע האט באגריסט הגה"צ נשיא הכולל שליט"א,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מיכל פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ קהלתינו הק' ב"ב, וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א בשם די לומדי הכולל און ארויסגעברענגט די מעלות פון כולל עצי חיים און זיך שטארק באדאנקט פאר הגה"צ נשיא הכולל שליט"א וועלכע גייט אליינס ארום יעדן טאג נאך געלט פארן כולל, און מאכט זיכער אז די תמיכה פאר די כולל אינגעלייט קומען אן צייטליך, און פאר די ספעציעלע תמיכה לכבוד יו"ט,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ נשיא הכולל שליט"א,
דער רב שליט"א האט אנגעהויבן זאגענדיג אז שב"ק ווען רבינו שליט"א האט געזאגט אז מען קען נישט אוועקפארן פון מירון אן זיך מקבל זיין א קבלה טובה האט ער זיך מקבל געווען צוצולייגן א הוספה צו די תמיכה פאר די לומדי הכולל, און ארומגערעדט איבער די חיבה יתירה פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע צו כולל עצי חיים און זיך באדאנקט פאר די נדבני הכולל פון חוץ לארץ ובפרט הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו - מראה"ק במאנסי וועלכע גיבט זיך אוועק בלב ובנפש פארן כולל, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר רבינו שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אחיו הגה"צ שליט"א און פאר די רבני ולומדי הכולל,דערנאך האט דער רבי משמיע געווען א לענגערע שיעור סוגיא בדברי דרוש ופלפול אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די כולל אינגעלייט ובפרט איבער לערנען פארן דאווענען, און ארויסגעברענגט לשבח פון אחיו הגה"צ שליט"א וועלכע נעמט אויף זיך דעם עול און שאפט אליינס די ריזיגע סכומים פארן כולל במסירות נפלאה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 6:10.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א - רב מערב בני ברק,
עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס בדברי הלכה,
הגאון רבי שמואל אליעזר שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך ארום 6:50 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגאון רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א רב שכונת קהילת יעקב בני ברק עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און הגאון רבי יעקב מאיר שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 7:40 איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל צום הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו ובני קהלתינו הק' לע"נ רבותיה"ק זי"ע,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט און זיך עקסטער אפגעשטעלט טאנצן נעבן די קינדער פאר א שטיק צייט,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די שמחת הכנס"ת לע"נ רבותיה"ק זי"ע ולרגל שמחת התחלת כתיבת ספר תורה דורך קהלתינו הק' לכבודו פון רבינו שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני דביקות התורה פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר נחמן ברוך שיף שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די נחיצות פון פארענדיגן בית מדרשינו הגדול און זיך באדאנקט פאר די נגידים און נדבנים פון חוץ לארץ ובפרט הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו פון ק"י וועלכע ארבעט בלב ובנפש צו שאפן די גרויסע געלטער פאר בית מדרשינו הגדול,
ביים לחיים האט זיך משתתף געווען האדמו"ר מטשערנאבל שליט"א,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט,
דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אינעם ספר תורה און געמאכט א לחיים און משמיע געווען ברכת הקודש און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
מען האט געענדיגט ארום 9:30 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק ברוך אילאוויטש ע"ה ווי עס איז פארגעקומען זמני כניסה פאר אנשי שלומינו לברך ולהתברך לויט א ספעציעלע סדר,
צווישן אנדערע זענען אריין בקודש פנימה הרבנים הגאונים ראשי הכולל פון כולל חלקת יעקב ברייש וועלכע האבן איינגעלאדענט רבינו שליט"א צו קומען אין כולל משמיע זיין א שיעור סוגיא ופלפול און דערביי האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה אחד מאנ"ש וועלכע האט אריינגעברענגט פאר רבינו שליט"א א באטל אויל וועלכע איז טבל און עס מזכה געווען פאר רבינו שליט"א אז דער רבי זאל קענען אפשיידן תרומות ומעשרות פון א אייגענע אייגענטום,
דער רבי האט עס קונה געווען כהלכה און דערנאך געמאכט א ברכה בשם ומלכות און אפגעשיידט תרומות ומעשרות כהלכה און זיך שטארק באדאנקט פארן געבן די זכיה און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו"פ א קבוצה עלטערן מאנ"ש וועמענס קינדער זענען אין א סכנה צוליב די ביטערע גזירת הגיוס נאכן באקומען א צו גיוס פון די ציוניסטישע ממשלה,
רבינו שליט"א האט משמיע געווען דברי הדרכה און געוואונטשן ברכות קדשו אז מען זאל ניצל ווערן פון די גזירה גרינגערהייט.
ארום 11:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכנסיא,
בעל תפילה: הב' ב"ר אנטשיל אילאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו ביז ארום 12:00 אזייגער.
~🌴~