דינסטאג ויצא - בני ברק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויצא - בני ברק=
פארן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פון די ילדי מוסדותינו הק' און זיך ארומגעדרייט צווישן די קינדער מיט א שטארקע קורת רוח.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די ילדי מוסדותינו הק' בהיכל הביהמ"ד,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה אהרן דאסקאל הי"ו - לאנדאן.
בעל תפילה: הב' שמואל דוד ב"ר יודל ענגעל הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע,
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר אלעזר יונה שטיינמעץ שליט"א וועלכע האט אראפגעלייגט די הכנה דרבה וואס די קינדער האבן זיך צוגעגרייט צו די באזוך פון רבינו שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און פאר אלע קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה פאר די קינדער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע קינדער,
מען האט געענדיגט ארום 12:45 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
ארום 3:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי האדמו"ר מנאדבורנא שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים,
האדמו"ר מנאדבורנא שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך ארום 3:30 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי גיסו האדמו"ר מוויזניץ שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון זכרונות לבית וויזניץ,
האדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט באטראכטן די בוי ארבעט ביי ביהמ"ד הגדול דחסידי וויזניץ,
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר מחוג חתם סופר שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די דרך הלימוד פונעם חתם סופר ובניו,
האדמו"ר מחוג חתם סופר שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך ארום 4:45 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל ישיבה גדולה מהרי"ט אין זכרון מאיר ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: הב' יחזקאל בהרה"ג ר' מיכל פריעדמאן שליט"א.
נאך מנחה ארום 5:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר מטשערנאבל שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און האדמו"ר מטשערנאבל שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר מזוטשקא שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אויף א באזוך ביי האדמו"ר מסלאנים שליט"א בהיכל בית מדרשו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ביטערע גזירת הגיוס בארה"ק,
האדמו"ר מסלאנים שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר משבט הלוי שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און האדמו"ר משבט הלוי שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.
ארום 7:30 האט זיך אנגעהויבן די ווייטערדיגע זמני כניסה פאר אנ"ש תושבי בני ברק,
במשך די זמני כניסה זענען אריין צווישן אנדערע הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור שליט"א אינאיינעם מיט הר"ר טובי' פריינד שליט"א מראשי 'מכון פאר מקדושים',
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דערביי האבן זיי איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די נייע איבערגעדריקטע ספר ישמח ישראל איבערגעדריקט דורך מכון פאר מקדושים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' דוד צבי שלעזינגער שליט"א - ראש ישיבת מנחת יצחק בני ברק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה נחשוני שליט"א - רב הקהילה החרדית בראשון לציון,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה א משלחת דייני קהילת בעלזא בני ברק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב בבית האכסניא ארום 11:15,
בעל תפילה: הב' שמעון אלעזר ב"ר דוד יואל קליין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען די זמני כניסה פאר ביז ארום 1:00 אזייגער.
~🌴~