זונטאג ויצא - מירון - אור הגנוז - בני ברק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויצא - מירון - אור הגנוז - בני ברק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 9:15,
בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל יצחק ווייס הי"ו - בני ברק, ווי דער רבי איז געווען סנדק,
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.
ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט די אכסניא אויפן וועג צו א באזוך ביי הגה"צ רבי רפאל אבוחצירא שליט"א – נשיא מוסדות 'מאור עיני ישראל' בביתו אין מירון,
ביים ארויסגיין פונעם אכסניא זענען געשטאנען אויסגע'שורה'ט תלמידי מוסד חסד לאברהם סניף מירון וואס שטייט בנשיאות האדמורי''ם מסקולען שליט''א,
דער רבי האט ווארעם באגריסט די תלמידים און די תלמידים האבן געזינגען עטליכע ניגונים און באגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה,
דערנאך איז דער רבי אריבער צום באזוך ביי הגה"צ רבי רפאל שליט"א, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קדושת המקום וקדושת התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארלאזט אתרא קדישא מירון און צוגעפארן צום דערנעבנדיגן ישוב "אור הגנוז" אונטער די אייגנטומערשאפט פונעם "אור הגנוז" וויין פירמע, וועלכע געפונט זיך אונטער די מהודר'דיגע השגחה פונעם ועד הכשרות שע"י העדה החרדית, ווי עס איז פארגעקומען א מעמד הפרשת תרומות ומעשרות,
דער רבי איז אנגעקומען צום ארטיגן וויין פאבריק ארום 1:45 און זיך ווארעם באגריסט מיט די אנוועזנדע רבנים, הגה"צ ר' מרדכי שיינבערגער שליט"א – רב הישוב, און מיט די חברי הבד"ץ העדה החרדית שליט"א, הגה"צ ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א און הגה"צ ר' יודא פישער שליט"א, מיט הרה"ג ר' חיים יודא כהן שליט"א און הרה"ג ר' גבריאל נויפעלד שליט"א – מרבני ועד הכשרות,
עס האט זיך פארצויגן א הלכה'דיגער שמועס איבער אלע פונקטליכע פרטים און הלכות פון הפרשות תרומות ומעשרות, און דער רבי האט געמאכט די קנין זוכה צו זיין אין די שליחות,
דער רבי איז אריין אין א זייטיגע שטיבל ווי דער רבי האט אנגעטוהן א נייעם בעקיטשע צו קענען מאכן א שהחיינו,
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו די פעסער וויין און מפריש געווען א טעפל וויין פאר תרומה, און געמאכט די ברכה אקב"ו על הפרשת תרומות ומעשרות בהתרגשות גדול און געמאכט א שהחיינו בשם ומלכות בקול חנוק מדמעות,
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף אויפן בימה און געזאגט די נוסחאות און דערביי געעפענט די קראן ארויסצוגיסן די וויין לאיבוד פאר מעשר ראשון ותרומות מעשר כהלכה, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ בדמעות שליש אויפן ניגון "והריקותי לכם ברכה עד בלי די" פאר א לענגערע צייט,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יצחק שלמה בלוי שליט"א - ספרא דדיינא, און מכבד געווען הגה"צ רבי מרדכי שיינבערגער שליט"א - רב הישוב אויפצוטרעטן,
דער רב שליט"א האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א און ארויסגעברענגט די שמחה פונעם גאנצן שטעטל מיט די באזוך פון רבינו שליט"א און די השפעות קדושות וואס די מצוה וועט איבערלאזן פאר אלע איינוואוינער,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א - חבר הבד"ץ העדה החרדית וועלכע האט ארומגערעדט איבער די חשיבות פון די מצוה וואס ווערט געברענגט אין די וואכעדיגע סדרה עשר עשרנו לך און איז משפיע השפעות קדושות און אנגעוואונטשן פאר רבינו שליט"א ברכות לרוב,
דער רבי האט געמאכט א לחיים אויף די וויין פון די פאבריק און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארומגערעדט מיט התרגשות איבער די חשיבות פון די מצוה און די זכיה צו קענען מקיים זיין די מצוה פון הפרשת תרומה צום ערשטן מאל, און געזאגט "עס האט זיך געלוינט די גאנצע שפעזן נאר צו מקיים זיין די איין מצוה!" "איך בין מקנא דער בעל היקב וועלכע האט די זכיה צו קענען מקיים זיין אזא מצוה, וואס אמאל האט מען געמיינט אז כתיבת ספר תורה איז די טייערסטע מצוה אבער היינט נאכן זען וויפיל וויין מען גיסט אויס זעט מען אז דאס איז סאך טייערער, און דאס איז נישט קיין איינמאליגע זאך נאר דאס איז יעדע איינציגסטע יאר, טראץ וואס לויט רוב שיטות איז עס בזמן הזה נאר א דרבנן", און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די אנוועזנדע רבנים, פאר די תושבי העיר און פארן גאנצן ציבור און אנגעוואונטשן מען זאל בקרוב זוכה זיין צו קענען מקיים זיין אלע מצות התליות בארץ.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן פאר הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א א טשעק פון די פאנטאסטישע סומע פון א מיליאן דאלער! געברענגט דורך עטליכע נגידים מאנ"ש צו קענען פארטיילן פאר די מוסדות בארה"ק עטה"ק דורך די חלוקה פון קרן הצלה דעם יו"ט חנוכה הבעל"ט,
הגאון רבי אברהם יצחק שליט"א האט זיך באדאנקט איבערראשטערהייט און גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר רבינו שליט"א און פאר די נגידים החשובים,
דער רבי האט פארלאזט די מעמד ארום 3:00 אזייגער אויפן וועג קיין בני ברק.
דער רבי איז אנגעקומען קיין בני ברק ארום 5:00 אזייגער און תיכף צוגעפארן צום בנין החדש בית חינוך לבנות 'בית פיגא",
דער רבי איז אריין און זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן בנין און ארויף אויפן צווייטן שטאק ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו - ק"י,
נאך מנחה האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויף אלע שטאקן.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די בוני ונדיבי הבנין,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א און הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו לכבודו פון אביו הרה"ח ר' שלמה משה הי"ו - נדבן שם הבנין,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט מיט התרגשות איבער די שמחה וואס מען שטייט יעצט ווען מען באנייט די בנין נאך צוועלעף יאר הארוואניע, און ארומגערעדט איבער די שאיפה פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע צו בויען א בנין פאר די מיידל שולע אין בני ברק, און ווי שטארק רביה"ק זי"ע האט זיך געזארגט פארדעם עד כדי כך אז ערב יום הקדוש האט ער צוזאמגעשטעלט געלט פארדעם, און עס איז זיכער אז רביה"ק זי"ע איז מכיר טובה פאר אלע נדבנים און וועט משפיע זיין כל טוב פאר יעדעם איינעם בכל ענינים,
נאך די דב"ק זענען אלע נדבני ובוני הבנין איינציגווייז אריבער געגאנגען אפנעמען א פערזענליכע ברכת הקודש פון מרן רבינו שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 6:45.
"בורא עולם בקנין השלם זה הבנין"
ארום 7:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום מעמד חנוכת הבית פונעם בנין בית החינוך לבנות "בית פיגא" וועלכע איז פארגעקומען אינעם ריזן שאטער אין צענטער פון שיכון קרית יואל מיט די באטייליגונג פון אנ"ש תושבי ארה"ק און הונדערטער געסט אנ"ש פון חוץ לארץ ובראשם פילע אדמור"י ורבני העיר בני ברק צווישן אנדערע
האדמורי"ם ממאחניווקא בעלזא, דעעש, נאדבורנא, בוהש, סלאנים, שבט הלוי, חוג חתם סופר, זלאטשוב, זוטשקא, זוטשקא אמסנא, ביטשקוב, ספינקא ב"ב, צאנז זמיגראד, סערעדנא,האסוקוב, הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א אב"ד בני ברק, הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק, הגאון רבי משה שאול קליין שליט"א רב שכונת אור החיים, הגאון רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א רב שכונת קהילת יעקב, הגה"צ רבי מרדכי געלבער שליט"א דומ"ץ מונקאטש, הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א,
אלץ יושב ראש האט געדינט הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני קהלתינו וומ"ס וועלכע האט געעפענט די מעמד און אויסגעריפן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - מראה"ק בק"י, וועלכע האט אראפגעלייגט די השתלשלות פון די הקמת ובניית הבנין בית החינוך לבנות "בית פיגא",
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו פון ק"י, וועלכע האט ארויסגעברענגט זיינע הרגשים בשם די נדבני ובוני הבנין,
הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א - רב מערב בני ברק וועלכע האט ארומגערעדט בשבח פון רבינו שליט"א און פון קהלתינו הק' אין בני ברק,
דערנאך איז פארגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וועלכע איז געווארן געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' און איז געווארן אריינגעגעבן צומארגנס מאנטאג בבית מדרשינו הגדול,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות התורה פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי זיך געוואשן די הענט, און אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די אנוועזנדע רבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
ארום 9:30 האט דער רבי אנגעהויבן די צענטראלע דב"ק ודברי הדרכה פאר אנ"ש תושבי בני ברק,
דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט בדברי אגדה ומוסר על פרשת השבוע און דערנאך מעורר געווען בעניני צניעות ביי נשים, בפרט בנוגע ביי-האר און די זעלבע ביי אלע מלבושים פון קאפ ביז פיס, שייטלעך, פארבן די פנים, וכו',
דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון קהלתינו הק' אין בני ברק וועלכע האט זיך פארברייטערט בכמות ובאיכות ובפרט מיט די נייע בנין פאר חינוך הבנות, און דער רבי האט דערמאנט לשבח די חשוב'ע נדבנים ובראשם הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות און דער רבי האט אויסגעשריגן די ווייטאג אז יש אומרים אז דא אין בני ברק וועבן זיך פלענער צו מאכן פשרות אין דעם ענין רח"ל, חלילה וחלילה צו מפקיר זיין אידישע נפשות צום מיליטער וואס כל באיה לא ישובין,
דער רבי האט ממשיך געווען רעדענדיג איבער די קליפות הציונית און מעורר געווען נאר צו רעדן אין די אידישע שפראך,
דער רבי האט ממשיך געווען און מעורר געווען חברי קהלתינו הק' זאגענדיג אז מען הערט שטענדיג שמועות טובות אבער עס קען אלץ זיין מעלין בקודש, און מעורר געווען אז מען זאל מוסיף זיין כוחות סיי צו תורה און סיי צו תפילה מיט שיעורי תורה וכו' אפרעכטן סעודת שב"ק כראוי, אויפשטיין לערנען שבת אינדערפרי פארן דאווענען, און פארשטארקערן די מחנה אלקים,
דער רבי האט מעורר געווען די בחורים צו עוסק זיין בלימוד התורה וחסידות ומוסר און ארויסגעברענגט די פראבלעם פון האבן אן אייגענע טעלעפאון, און מעורר געווען די עלטערן צו שיקן די בחורים נאר אין אונזערע ישיבות ווי מען איז מחנך אויפן שענסטן און בעסטן אופן,
דער רבי האט פארענדיגט זיינע ווערטער צו די חשובע אורחים פון חו"ל וועלכע האבן באזוכט מוסדותינו הק' צו ווייטער שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה צו קענען אויסהאלטן די גרויסע הוצאות און דערמאנט לשבח הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו וועלכע האט גענומען אויף זיך די עול צו אויסצאלן די כלי קודש פאר יו"ט פסח און פאר יו"ט סוכות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה פאר א שטיק צייט,
מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו - מגדולי נדבני הס"ת,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 10:30 און דער רבי איז אריבער צו בית מדרשינו הגדול אין שיכון צו תפילת מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף לייב יאזשעף הי"ו.
נאך מעריב איז דער רבי אראפ צום אינטערשטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה אינאיינעם מיט פילע נגידים לטובת בית מדרשינו הגדול אין בני ברק,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יואל ב"ר שמשון שווארטץ הי"ו פון וומ"ס,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די נחיצות פון איבערבויען און פארענדיגן בית מדרשינו הגדול און געבעטן די חשובע נגידים צו זיכער מאכן אז געלט זאל נישט זיין קיין אפהאלט און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה חיים ווייס הי"ו - מנהל המוסדות.
~🌴~