פרייטאג תולדות - ר"ח כסלו - אתרא קדישא מירון
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג תולדות - ר"ח כסלו - אתרא קדישא מירון=
ארום 7:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין מערה פונעם תנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי און אנגעצינדן פינף ליכט ביים ציון הק',
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברי הכנה לאמירת תהילים בחרדת קודש,
דער רבי האט אנגעהויבן די דרשה מיטן פסוק ויתן לך אלקים מטל השמים און ארויסגעברענגט אז מיטן כח פון שבת קען א צדיק פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער בלויז מיט'ן דיבור אן קיין אנדערע סגולות, ביים תנא רבי שמעון וואס איז שבתא דכולי שתא קען מען אלעמאל פועל'ן ישועות,
אזוי אויך דורכן זיך געפינען במחיצות רבי שמעון קומט אויפן מענטש בחינת יראה און עס איז מעורר דאס הארץ צו תשובה שלימה, בפרט יעצט ר"ח כסלו וואס שטייט אין חתם סופר אז כ' כסלו איז מעין יום כיפור במילא קען מען אלעס מתקן זיין,
דער רבי האט מאריך געווען בבכיות נוראות איבער אלע בקשות וואס אידן דארפן האבן ברוחניות ובגשמיות און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געענדיגט די דרשה 7:45 און דערנאך אנגעהויבן אמירת כל ספר תהילים,
בעל תפילה: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א - ראה"כ ורב דביהמ''ד ברך משה וומ''ס,
דער רבי האט פארגעזאגט פסוק בפסוק קאפיטל כ' למנצח יענך ה' ביום צרה
און קאפיטל ק''ל שיר המעלות ממעמקים מיט די נוסח ימים נוראים,
נאך תהילים האט דער רבי געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט און אראפגעלייגט ביים ציון הק' די קוויטלעך פון די תלמידי המתיבתא און פון די תומכים פון מוסדות יטב לב און פון די וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע געלטער פאר די עניי ארץ ישראל קאמפיין און אזוי אויך האט מען אראפגעלייגט אלע קוויטלעך פון אלע וואס זענען אריין בקו"פ פון חמשה עשר באב און ווייטער, מען האט געענדיגט 10:00 אזייגער און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא,
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין די מערה דרשב"י און געלייגט טו''ת,
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פארן אור אייניקל הבחור יוסף רוקח ני''ו בן הרה''ג ר' חיים יעקב שליט''א - רב דביהמ''ד קול אליהו חתן חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א,
אויך האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר שלמה יעקב ניישטאדט הי''ו - ק"י.
ב"ר שלמה גאלדשטיין הי''ו - וומ"ס.
בעל תפילה: הרה''ח ר' יעקב יאזשעף הי''ו - ב''ב,
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתלהבות אש,
מיט הוצאה והכנסה איז נתכבד געווארן הרה''ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי''ו,
בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו,
ביים ליינען האבן עולה געווען נכד רבינו הבחור הבר מצוה יוסף רוקח ני"ו,
און הב' הבר מצוה ב''ר שלמה יעקב ניישטאדט הי''ו
הגבה: רבינו שליט"א,
גלילה: הרה''ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי''ו - מאנטשעסטער,
נאכן ליינען האט גומל געבענטשט ר' אליעזר גפן - ק"י, און רבינו שליט"א האט געהייסן מוציא זיין יעדעם איינעם,
מען האט געענדיגט מוסף ארום 12:15 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
בבית האכסניא איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר די בר מצוה בחורים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
~🌴~