שבת קודש פרשת תולדות באתרא קדישא מירון אינאיינעם מיט אלפי אנשי שלומינו פון איבער דער גארער וועלט
באריכטן ·
🌴בצל הקודש 🌴
=שבת קודש פרשת תולדות באתרא קדישא מירון אינאיינעם מיט אלפי אנשי שלומינו פון איבער דער גארער וועלט=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער אנגעטון די שטריימל פאר החתן יואל ב''ר גבריאל חיים צבי פייערשטיין הי''ו - ירושלים, און דערנאך געצינדן נירות שבת בבית האכסניא,
דערנאך איז דער רבי ארויף געפארן צום היכל התפלות בחצר המערה, און דער רבי איז אריין אין א שטיבל העכערן מערה.
ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום גרויסן שאטער בחצר המערה וועלכע איז געווען אהערגעשטעלט אלץ היכל התפילה און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מנחה.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' יושע הערש יאזשעף שליט''א - מו''ץ בקהילתינו ב''ב מיט דברי הכנה צום שבת,
קבלת שבת: הגה''צ ר' משה פריעדמאן שליט''א - דומ''ץ דקהילתינו ב"פ,
ביי בואי בשלום האט מען זיך אויסגעדרייט צו רעכטס לצד מערב,
פאר כגונא איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער און מען האט געזינגען בר יוחאי כמנהג המקום בשמחה והתלהבות,
נאכן דאווענען זענען אלפי אנ''ש אריבער זאגן גוט שבת עס האט זיך פארצויגן קרוב צו א שעה צייט, דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.
ארום 9:55 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם גיגאנטישן שאטער אונטן פון הר מירון צום עריכת שלחן הטהור, במעמד אלפי אנ"ש פון איבער דער גארער וועלט,
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הב' ישכר בער בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א,
פאר קידוש האט מען געזינגען א ניגון התעוררות,
הגבהות הכוס: הרה''ג ר' יצחק ארון איזריעל שליט''א - ב''ב,
נאך המוציא האט מען געזינגען לכבוד התנא האלוקי און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש,
נאך די פיש האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אחת שאלתי מאת ה' שבתי בבית ה' כל ימי חיי, און נאכגעזאגט שיטת רבי שמעון ביי קנין הגבהה אז אפילו ווען די אדון מאכט דעם הגבהה ווערט מען נקנה פאר אן עבד, דא אין מירון באתרא דמר פסקנ'ט מען אין הימל ווי ר' שמעון, און מיט דעם וואס השי"ת הייבט אויף כלל ישראל ווערט מען אן עבד פארן בורא כל עולמים, דאס איז רבי שמעון לשיטתו וואס זאגט אנא עבדא דקודשא בריך הוא, און דער רבי האט אנגעהויבן זינגען דעם ניגון "אנא עבדא" און זיך אויפגעשטעלט טאנצן ברשפי אש להבת שלהבת א לענגערע צייט מיטשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור אין א פייערדיגע טענץ לכבוד התנא האלוקי,
נאך די זופ האט דער רבי נאכאמאל געזאגט תורה אויף די פסוק אחת שאלתי מאת ה', רבי שמעון האלט כל העומד לפדות כפדוי דמי, און דערפאר וויבאלד אידן זענען עתיד תשובה צו טוהן איז נחשב ווי מ'האט שוין תשובה געטוהן און מען ווערט קיינמאל נישט נדחה פון די קדושה, נאר מען בלייבט מקושר מיטן אייבערשטן אויף שטענדיג, דער רבי האט צוגעלייגט אז וואס מ'האט פריער געזאגט אז מ'ווערט א עבד איינמאל מ'ווערט א עבד בלייבט מען שוין אזוי ביז דער אדון שרייבט א שטר שוחרר במילא אפילו נאך שבת ווען מ'איז שוין נישט באתרא דמר פון רבי שמעון בלייבט מען אן עבד, און דאס איז שבתי בבית ה' כל ימי חיי,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' יעקב מענדל ניילענדער שליט''א - ירושלים פארצוזינגן ואמרתם כה לחי,
נאך די פלייש האט דער רבי נאכאמאל געזאגט תורה אויפן פסוק אחת שאלתי, לויט רבי שמעון וואס האלט יש אם למסורות, לשיטתו אז נאר אידן ווערן אנגערופן אדם און נישט די אומות העולם, במילא ווערן נישט אידן בטל ברוב האומות און פירן זיך מיט א העכערע הנהגה כל ימי חייהם,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען,
כל מקדש: הגה''צ ר' טובי' שטערן שליט''א - גאב''ד מירון,
מנוחה ושמחה: האדמו''ר מסערעדנא שליט''א - ב''ב,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק אחת שאלתי מאת ה', אויב עס איז חלילה דא ביי א מענטש א חולה בתוך ביתו גייט מען צום גרעסטן און טייערסטע דאקטער און מען פאלגט וואס ער הייסט, במילא אז מען געפונט זיך אין אתרא קדישא מירון דארף מען זעהן וואס דער רופא הגדול התנא האלוקי רבי שמעון זאגט אין זוהר הק' און דער רבי האט פארגעלערנט פון אינעווייניג זוהר הק' פרשת ויקהל ווי רבי שמעון רעדט ארום איבער די גרויסע ברכה וואס קומט מיט'ן זאגן קטורת און קרבנות יעדן טאג און עס איז משפיע געזונט און מ'ווערט ניצול פון עול המלכות, און ממשיך געווען אז דאס שטייט אין יעדן סידור, און אויפגעפאדערט נישט אויסצולאזן די חלקים פון דאווענען, נאר זיך מקבל זיין און אויספירן דאס צו זאגן יעדן טאג ביי שחרית און מנחה,
קה אכסוף: הרה''ג ר' יודא דייטש שליט''א - ירושלים,
ברכות המזון: הגה''צ רב דביהמ''ד 15טע עוו. שליט''א,
קה ריבון עלם: הרה''ג ר' יצחק מנחם הירש שליט''א - ירושלים,
מען האט אויפגעגעבן פירות און דער רבי האט פארטיילט פירות פאר די פרישע חתנים,
אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' פנחס אהרן ווארפמאן הי''ו - לאנדאן,
ר' שמעון ב"ר רפאל פערלמוטער הי''ו - מאנסי,
אז ביום השביעי: הרה''ג ר' זלמן יודא כהנא שליט''א - בית שמש,
מען האט ממשיך געווען מיט ריקודין לכבוד התנא האלוקי,
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:40.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם היכל התפילות ארום 9:05,
ברכות: האדמו''ר מלייפניק שליט''א,
פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט''א - דומ''ץ ביהמ''ד לב אהרן ב''פ,
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית פון עד הנה,
מען האט געזינגען ביי ממקומך,
די כהנים האבן געדוכנט.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט''א - רב דביהמ''ד תפילה למשה ב''פ,
נתינת הכתר: הרה''ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט''א - רב דקהילתינו לינדען,
פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט''א - רב דביהמ''ד ישמח משה מאנסי,
הולכת הספר תורה לבימה: הרה''ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א - דומ''ץ דקהילתינו לעיקוואד,
בעל קורא: הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א,
כהן: הרה''ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט''א - רב דביהמ''ד ריסקאווא ומרבני קהלתינו ב''ב,
לוי: הגה''צ אב''ד ור''מ מאנסי שליט''א,
שלישי: הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א,
רביעי: החתן יואל ב''ר גבריאל חיים צבי פייערשטיין הי''ו - ירושלים, באווארפן,
חמישי: הגה''צ דומ''ץ דקהילתינו ירושלים שליט''א,
נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך לרגל הולדת הבת אצל,
ר' יוסף ב''ר אלי' וואלף לעווי הי''ו - ב''ב,
ר' ישראל מאיר קליין הי''ו - וומ''ס,
ר' משה ברא''ש כ''ץ הי''ו - בי''ש,
ר' ירחמיאל לעבאוויטש הי''ו - מאנסי,
שביעי: הגה''צ אב''ד ור''מ לאנדאן שליט''א,
הוספה: הרה''ג ר' חיים שלום קליין שליט''א - מרבני קהלתינו ב''ב,
אחרון: הרה''ג ר' שמעי' לעוו שליט''א - דומ''ץ וראה''כ לאנדאן,
מפטיר: הגה''צ רב דביהמ''ד 15טע עוו. שליט''א,
הגבה: הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א - מו''ץ בקהלתינו הק' וומ''ס,
גלילה: הרה''ג ר' משה ראזענפעלד שליט''א - דומ''ץ ביהמ''ד ברך משה וומ''ס,
הולכת הספר תורה לארון הקודש: הרה''ג ר' מנחם זאב שטערן שליט''א - מו''ץ בקהלתינו הק' וומ''ס,
מוסף: הגה''צ אב''ד ור''מ וומ''ס שליט''א,
די כהנים האבן געדוכנט,
פתיחה ביי אנעים זמירות: הרה''ג ר' אברהם הערש פריעדמאן שליט''א - דומ''ץ גאלאנטא,
מען האט געענדיגט 11:40.
ביי קידוש בבית האכסניא זענען געווארן געלאדענט די נדיבים פון די נייע בנין הבית רחל אין ב''ב,
עס האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' יואל ב''ר שמשון שווארץ הי''ו - וומ"ס, און הרה''ח ר' יואל דאסקאל הי''ו - ב'"ב,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכות הקודש פאר אלע נדבנים און עסקנים און מאריך געווען בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין בני ברק.
ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא,
בעל תפילה: ר' יונתן גאלד הי''ו - ק''י,
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי''ו - וומ''ס,
בעל קורא: משב''ק הגה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט''א,
כהן: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט''א - מו''ץ בקהלתינו הק' וומ''ס,
לוי: הרב יעקב מנחם בן הר''ר חיים הערש ראטטענבערג הי''ו,
שלישי: הגה''צ אב''ד ור''מ וומ''ס שליט''א,
דער רבי איז געגאנגען הגבה,
גלילה: הרה''ח ר' יודא ווייס הי''ו - ק''י.
ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל השולחנות צו של''ס,
נאך די פיש האט מען אנגעהויבן ניגוני התעוררות בזמן רעווא דרעווין,
דער רבי האט אנגעהויבן אתקינו סעודתא און געזאגט תורה אויפן פסוק אחת שאלתי מאת ה', אין זוהר הק' איז מבואר אז אין טאג פון שבת קודש זענען די חיצונים נישט שולט במילא קען מען יעצט באתרא דמר שבתא דכולי שתא וואס ס'איז דא תרתי לטיבותא מתפלל זיין און די תפילת וועלן נתקבל ווערן אן קיין שטער,
מ'האט געזינגען ויהי זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים בהתעוררות רב,
מיט אודה האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט''א - דומ''ץ בקהלתינו הק' ב''פ,
שיר המעלות: הרה''ג ר' הערשל מייזליש שליט''א - רב דביהמ''ד בית נחום דוב וומ''ס,
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אחת שאלתי מאת ה' און ארויסגעברענגט אז מען איז מתפלל מ'זאל זוכה צו א שטוב א בית כשירה וצניעה וואס זאל האבן השראת השכינה און שטארק מעורר געווען אויפן ענין פון שער באשה ערוה און פארגעלערנט דעם זוהר הק' פרשת נשא פון אינעווייניג איבער דעם חומר הענין און כאטש ישראל קדושים הם איז דא מיעוט וואס איז נישט נזהר כראוי, יעצט במחיצות רבי שמעון איז מען זיך מקבל צו האבן א ריכטיגע בית ה' כל ימי חיי, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו,
מיט ידיד נפש האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א - דומ''ץ דביהמ''ד 18טע עוו. ב"פ,
קל מסתתר: הרה''ג ר' שלום טייטלבוים שליט''א - דומ''ץ ביהמ''ד וקרית ויואל משה וומ''ס,
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה און געזאגט אז מ'זאגט מוצ''ש אין די זמירות יזכר לך אתה אתמול אשר דברת דאס גייט ארויף אויף ער"ש ווען אידן האבן געזאגט תהילים בהתעוררות רב אויפן ציון הק' פונעם הייליגן תנא מיט הרהורי תשובה וקבלות טובות אויפן עתיד, מ'פארט אהיים דארף יעדער געדענקען און מיטנעמען אהיים אלע קבלות טובות און מוציא זיין מכח אל הפועל דאס וואס מען האט זיך פארגענומען בשעת שבתי בבית ה' ס'זאל האבן א השפעה אויף כל ימי חיי.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און מסיים געווען מיט ניגוני שמחה לכבוד התנא האלוקי און אנא עבדא דקודשא בריך הוא,
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס,
הגבהת הכוס: הרה''ג ר' אייזיק פריעדמאן שליט''א - בי''ש,
מעריב מוצ''ש האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ח ר' אהרן הערש וועבער הי''ו - וומ''ס,
נאך מעריב איז דער רבי אהיים לבית האכסניא ווי דער רבי האט געמאכט הבדלה.
ארום 11:20 איז דער רבי אנגעקומען צום שטח ההדלקה סמוך ונראה צום מערה,
מען האט מאריך געווען בניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות,
דער רבי האט אנגעהויבן די דברות קודש מיט'ן פסוק ויתן לך אלקים מטל השמים, די תנא רבי שמעון בר יוחאי איז בבחינת שבת וואס שבת איז מעלה אלע תפילות פון די גאנצע וואך, ביים תנא אלוקי איז מען אויך מעלה אלע תפילות, אזוי אויך איז עס מעלה די תפילות וואס מ'איז מתפלל ווען מ'פארט אוועק און מ'איז זוכה לנחלה בלי מצרים און ווער עס טרעט איבער די שוועל איז עס אים מעלה אז מ'ווערט נשתנה אויף א איש אחר מיט א העכערקייט און תורה יראת שמים און אהבת השם אןן ס'העלפט ביישטיין די נסיונות און דעם דור און דער הייליגער תנא מיט אליהו הנביא שטייען און בענטשן יעדער וואס קומט אויף זיין ציון מיט ברכת כהנים, וכשם שבא לראות כך בא לראות די תנא זעהט יעדן צובראכענע הארץ און איז משפיע אויף יעדן שפע קודש בגשמיות וברוחניות לאשר ישנה פה ולאשר אינננו פה מ'בעהט דעם תנא זאל נישט מפסיק זיין צו מתפלל זיין פאר אונז, און מצינדט אן א אור ביים ציון ווייל דא קומט אראפ א אור אין אידישע הייזער בכל הענינים ביז מ'וועט זוכה זיין צום אור חדש על ציון תאיר, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב בכל ענינים פארן גאנצן ציבור,
די גדולי תומכי השבת זענען אריבער ביי רבינו שליט''א מקבל זיין א קריגל אויל צו גיסן אויפן מדורה לכבוד התנא האלוקי רשב"י,
דער רבי איז ארויף צום פלאטפארמע פון די הדלקה מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות בעת רצון,
הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די קריגל אויל,
דער רבי האט געגאסן די אויל און אנגעצינדן די הדלקה עד שתהא השלהבת עולה מעליה און דערנאך ארויסגעלאזט בריקדו קודש ואתו עמו כל הקהל הקודש בשמחה שלא כדרך הטבע,
נאך א שטיק צייט איז דער רבי צוריקגעגאנגען צום בימת הכבוד,
מען האט געזינגען בר יוחאי און ואמרתם און נאך ניגוני מירון,
דערנאך זענען די חאלאקע קינדער אריבער, דער רבי האט געשניטן האר אנגעטוהן קאפל און ציצית און געוואונטשן פאר די קינדער און פאר די עלטערן און זיידעס, מ'האט ממשיך געווען די ריקודין דער רבי האט פארלאזט די הדלקה ארום 1:00 אזייגער און אהיים לבית האכסניא,
בבית האכסניא איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה בראנסדארפער שליט''א - אב"ד היכל הוראה בירושלים, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה דער בעל אכסניא הר"ר מנחם מענדל פאמעראנץ שליט''א - ריש מתיבתא עוז והדר,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט זיך שטארק באדאנקט פארן אוועקגעבן די דירה אין מירון מיט אלע הצטרכות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו"פ די ראשי עסקני חברה הצלה הרה"ח ר' אשר שלאמאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו פון ב"ב אינאיינעם מיט די פילע הצלה וואלונטירן וועלכע זענען געווען אנוועזנד איבער שבת על כל צרה שלא תבוא,
דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די עסקנים און פאר די פילע וואלונטירן, און דערנאך זענען די וואלונטירן אריבער מקבל זיין ברכת קדשו.
אחת שאלתי מאת ה' די בקשה צום אייבערשטען איז אז שבתי בבית ה' אונזערע שעות בבית ה' זאל באגלייטן יעדן אויף כל ימי חיי לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו מאתה ועד עולם.
~🌴~