דאנערשטאג תולדות - ירושלים עיה"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תולדות - ירושלים עיה"ק=
אינדערפרי איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה בבית האכסניא אין ירושלים.
ארום 10:05 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס זענען געווען פארזאמלט די בחורי ישיבה קטנה פון מוסדתינו הק' און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט גרויס קורת רוח פאר א שטיק צייט.
ארום 10:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית בהיכל הביהמ"ד,
בעל תפילה: הב' משה בהר"ר חיים צבי דאוועדאוויטש הי"ו,
בעל קורא: הב' יושע ב"ר נתן בנימין עקשטיין הי"ו,
פתיחה: הר"ר זלמן יודא כהנא שליט"א - בית שמש,
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א,
לוי: הרה"ח ר' מרדכי זיסקינד לאנדא הי"ו - לאנדאן,
שלישי: רבינו שליט"א, און דער רבי האט געבענטשט גומל און מוציא געווען אלע געסט,
הגבה: הרה"ח ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו - ק"י,
גלילה: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א - ב"פ.
נאכן דאווענען ארום 12:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום לחיים בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב''ק ודברי הדרכה פאר די בחורים און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממשכונות הרועים שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס,
האדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בערל קארניאל הי"ו.
ארום 3:00 אזייגער איז אנגעקומען בבית האכסניא האדמו"ר מגור שליט"א אויף ביקור גומלין,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי גערעדט מיטן גורע רבי שליט"א פריוואט פאר א שטיק צייט, און דער רבי האט אים ארויסבאגלייט.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה אינגעלייט מציונים חברי חבורת ושננתם און זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ ש''ס גפ"ת,
דער רבי האט פארהערט די אינגעלייט פאר א שטיק צייט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 3:40.
ארום 3:50 האט רבינו שליט"א פארלאזט בית האכסניא אויפן וועג צום 'ויאמר יצחק' זאל אויף רחוב שמעון הצדיק, צום מעמד הוקרה פאר די צענדליגער נדבנים ותומכים פונעם בנין הגדול דקהילתינו ומוסדותינו בירושלים עיה''ק ההולך ונבנה,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 4:00 אזייגער.
הגה''צ אבד''ק ור''מ וומ''ס שליט''א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה,
דער רב האט זיך געשטעלט אויף די פסוקים אין פרשת ויקהל און עס אויסגעטייטשט ווי עס איז מרמז אויפ'ן נסיעה קיין מירון צום תנא רבי שמעון, און די השפעות וואס מען קען שפירן פון א הדלקה לכבוד התנא, און דער רב האט אויסגעפירט אז דאס אלעס איז נאר א הקדמה צו געבן געלט אויפצובויען בתי מדרשות, נאר דורך געבן געלט אויפצובויען א בית המדרש אין ירושלים וועט מען זיך קענען באוועגן אין ירושלים, און נישט בלייבן שטיין פון גרויס פחד,
און ארומגערעדט איבער די מסירת נפש וואס פארלאנגט פון די תושבי א"י יום יום און די מסירות נפש וואס פארלאנגט זיך פון די וואס קומען קיין ירושלים צו ביישטייערן גרויסע סכומים, ס'איז א גרעסערע זכות צו געבן געלט ווען ס'איז נאכנישט פארטיג און מ'זעהט נאכנישט די תוצאות, און מאריך געווען בשבח פון די נדבנים, ספעציעל הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וואס מאכט זיכער אז ירושלים זאל נישט זיין ארויסגעפאלן, ואתו עמו ר' עקיבא הערש קליין הי"ו און ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו וואס שטייען אין שפיץ פון די פראיעקט זיי שטייען צו הילף פאר אלע פראיעקטן פון רבי'ן אלע יארן,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז צוויי יאר צוריק ווען מען איז געווען אין ירושלים און מען איז דאן געזיצן מיט די עסקנים ובראשם ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו האט מען נישט גע'חלום'ט אז מ'וועט שטיין צוויי יאר שפעטער און מ'וועט שוין האלטן אזוי ווייט,
און געזאגט אז דער רבי ז''ל באגלייט אונז און געפינט זיך דא ביי די גאנצע מסע הקודש, און אלע צדיקים וועלן משפיע זיין השפעות קדושות משמי מעל,
דער רב האט ממשיך געווען אז מ'גייט קיין מירון, און דער גאנצער ציבור וועט מתפלל זיין אז רבינו שליט"א זאל קענען ווייטער פירן די גאנצע קהילה עד ביאת הגואל.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער הרה''ח ר' ישכר יאקאב הי''ו מנהל מוסדותינו און באגריסט די נדבנים און ראשי ועד קרן הבנין.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען ברכת הקודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ויתן לך אלקים מטל השמים" מטל השמים זה מקרא, משמני הארץ זה משנה רוב דגן זה תלמוד, אבער עס האט אויך א פשוט'ע פשט, אז אידן וועלן האבן גרויס שפע און אסאך געלט אין מקרא יוצא מדי פשוטו,
דער אויבערשטער האט געוויזן פאר יצחק אבינו די ביהמ"ק בנוי חרוב ובנוי, ביי דעם בית מקדש מעט האט מען שוין געזען בנוי וחרוב, מען האפט ס'וועט זיין בקרוב ובנוי,
לויט וויאזוי מען ארבעט זעהט מען אז מען מאכט גרויס פארשריט און מיט די הילף פון די נדבנים וועט מען עס קענען ענדיגן בקרוב,
און רבינו שליט"א האט מסיים געווען און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
מען האט געזינגען ותבנהו מהרה, און דער רבי האט מכבד געווען הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו צו אויפטרעטן.
ר' אברהם האט איבערגעגעבן א רעפעראט פון די בוי ארבעט און פון די געלטער וואס מען שיקט פון אמעריקע פאר די בוי קאסטן און געזאגט אז מען האט שוין געשיקט אריבער 14 מיליאן דאלער פאר די הוצאות הבנין! און מען וועט דארפן האבן פערציג מיליאן ביזן ענדיגן, און געזאגט אז אויב מ'וועט האבן א מיליאן דאלער יעדן חודש וועט מען ביז 25 חדשים קענען באנייען דעם בנין אי''ה, און באדאנקט אלע נדבנים בשם דעם ועד קרן הבנין,
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' שמאול חיים בראך הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אין זאל,
בעל תפילה: הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו - וומ''ס.
ארום 4:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום שטח הבניה וואו עס ווערט געבויט די נייע מרכז האדיר בנין בית מדרשינו הגדול אין ירושלים עיה"ק וועלכע וועט אויך אנטהאלטן די ישיבה, ת"ת, כולל, און דינען אלץ נערוו צענטער פון קהלתינו הק' אין ירושלים, בהשתתפות די חשוב'ע נדבני הבנין, אינאיינעם מיט פילצאליגע עסקנים און בוי מייסטערס און פילע מאנ"ש.
רבינו שליט"א איז ארויף אויף א ספעציעלע פלאטפארמע און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט אויפן שטח, און געהערט באריכט פון הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו יו''ר וועד קרן הבנין בארה''ב און הרה"ח ר' גרשון פעלבערבוים הי"ו – יו''ר וועד קרן הבנין בארה''ק, וועלכע האבן דערביי געצייגט פאר'ן רבי'ן די בוי פלענער און סקיצעס פונעם שטח.
רבינו שליט"א האט פארלאזט דעם שטח ארום 5:10, און אריבער צום שטוב פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אויף א באזוך.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געמאכט א לחיים און זיך ווארעם געוואונטשן מיט האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א,
אויפן וועג ארויס איז רבינו שליט"א אריין אין היכל ביהמ''ד הגדול דתולדות אהרן און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים אין כולל אינאיינעם מיט האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, און דערנאך ארום 5:40 אריבער לבית האכסניא.
"ויהי בישורן מלך בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל"
ארום 6:20 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צום היסטארישער מעמד "ירושלים של מעלה" אינעם גיגאנטישער שאטער אויף די מלכי ישראל גאס במעמד אלופי אלפי ישראל בראשם גדולי מאורי הדור ועל צבאם דער מרא דאתרא מרן פוסק הדור כ"ק גאב"ד ירושלים שליט''א.
ביים אריין קומען האט זיך רבינו שליט"א באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבאן, און דער גאנצער אנוועזנדער ציבור האט מקבל געווען פני רבינו בשירה וזמרה.
ביים מעמד האבן זיך אנגעזעהן הגאו"צ אדמורי''ם וראשי ישיבות פון ירושלים עיה''ק ובראשם כ''ק מרן הגאב''ד שליט"א וחברי הביד''צ הגאונים הצדיקים שרי התורה מרנן הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט''א, הגאון הגדול ר' חיים אורי פריינד שליט''א, הגאון הגדול ר' יהודה פישער שליט''א, הגאון הגדול ר' יעקב מענדל יוראוויטש שליט''א, הגאון הגדול ר' שמואל בראנסדארפער שליט''א, הגאון הגדול ר' אהרן בראנדסדארפער שליט''א, און כ''ק הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א, כ''ק מרנן האדמורי''ם ממשכנות הרועים, תולדות אהרן, סטראפקאוו, קאלשין, טשאקאווע, זידיטשוב, טריסק, סקולען ירושלים, סעקלהיד, ספינקא בי''ש, המשפיע הגה''צ רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט''א, הגה''צ רבי משה קרעמער שליט''א - מרבני ברסלב ונשיא מוסדות שער השמים, הרה''ג רבי ניסן דוד קיוואק שליט''א, הגה''צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט''א - נשיא מוסדות נחלת יעקב, הגה''צ רבי משה בראנסדארפער שליט''א - גאב"ד היכל הוראה, הגה''צ רבי יוסף קדיש בראנסדארפער שליט''א - טבריה מו"ץ בהעדה, הגה''צ רבי עקיבא יוסף שלעזינגער - גאב''ד גענף ורב ביהמ''ד בצל החכמה, הגאון הגדול רבי נפתלי נוסבום שליט''א - ראש ישיבה חיי משה, הגה''צ ר"י תולדות אהרן שליט''א, הגה''צ רבי אהרן שמואל דושינסקיא שליט''א - ר"י בית יוסף צבי דושינסקיא בשליחות אביו האדמו''ר מדושינסקיא שליט"א, הגה''צ רבי חיים מרדכי ט"ב שליט''א - אב"ד סאסוב ירושלים בן האדמו''ר מסאסוב שליט"א,
המשפיע הרה''ג ר' יודל דייטש שליט''א, הרה''ג ר' עקיבא וואזנער שליט"א - מו''ץ בעדה החרדית, הרה''ג ר' יושע אשר כהנא - מו''ץ בעדה החרדית ורב דקהל משכונות הרועים, הרה''ג ר' יעקב שלמה כהנא שליט''א, הגאון ר' יושע כהן שליט''א,
הרה''ג ר' אלכסנדר האבערפעלד שליט''א מו''ץ בהעדה החרדית,הרה''ג ר' יצחק אייזיק כהנא שליט''א - מו''ץ בהעדה החרדית, הרה''ג ר' חיים יוסף בלוי שליט''א מו''ץ בהעדה החרדית, הרה''ג ר' גבריאל נויפעלד שליט''א - מו''ץ בהעדה החרדית ומרבני וועד הכשרות, הרה''ג ר' אהרן דוד ניישטאט שליט''א מו''ץ בהעדה החרדית.
דער יו''ר הר''ר יצחק דוד יאקאב שליט"א – יו"ר וועד החינוך דמוסדותינו הק' האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און אויפגעריפן הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א – דומ"ץ וראה"כ דקהילתינו לאנדאן אויפצוטרעטן.
ארום 6:35 איז מרן פוסק הדור כ"ק הגאב''ד שליט"א אנגעקומען צום מעמד, און רבינו שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו פארן רב שליט"א.
הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א האט אויפגערופן מרן הגאב''ד שליט"א צו משמיע זיין דברי אלוקים חיים,
דער ירושלימ'ער רב שליט"א האט צום ערשט מקבל פנים געווען כ"ק מרן רבינו שליט"א בשם די עדה החרדית, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה און חיזוק און קידוש שם שמים וואס די עדה החרדית שעפט פונעם רבינ'ס באזוך אין ארה''ק, און ארומגערעדט פון די נייע בנין וואס ווערט געבויט פולקאם פון ריינע געלטער עטה''ק אן נהנה זיין פון קיין טריפה'נע געלטער פון די מדינה הטמאה,
דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט די שווערע מצב אין ארה"ק מיט חינוך, ווי די ממשלת השמד פארלייגט זיך משנה צו זיין די לימודים פון די תשב"ר, און נאכגעזאגט פון רביה"ק זי"ע וועלכע האט פון די ערשטע מינוט געווארנט אז די איינציגסטע וועג זיך צו קענען האלטן איז מיט'ן זיך אינגאנצן אפטיילן פון די רשעים און נישט האבן קיין שום שייכות מיט זיי, און אוועקגעשטעלט דעם "קרן הצלה" אויסצוהאלטן אלע מוסדות עטה"ק,
דער גאב"ד האט ממשיך געווען איבער די ביטערע גזירות הגיוס און אויסגערופן אז די יהדות החרדית וועט זיך שלאגן אויף דעם מיט מסירות נפש, און מרעיש זיין די גאנצע וועלט, און מען איז גרייט צו גיין אין תפיסה, אבער חלילה נישט מאכן פשרות,
דערביי האט מרן פוסק הדור דער גאב"ד שליט"א אויסגערופן באש קודש אז "עס איז אן איסור גמור על פי הלכה צו מאכן פשרות אפילו נאר אויף איין בחור!"
דערביי האט דער גאב"ד זיך באדאנקט פאר מרן רבינו שליט"א פארן האבן אפענע אויגן און פאראויס זען די ביטערע פלענער פון די רשעים, און פאראויס אהערשטעלן דעם "מרכז עזרה ויועץ" שע"י העדה החרדית וועלכער ווערט פולקאם פינאנצירט דורכ'ן ועד משמרת חומותיך ירושלים שע"י קהלתינו הק', און ארבעט העפטיג אויפן פראנט מציל צו זיין בחורי ישראל פון די ביטערע גזירה,
מה' מצעדי גבר כוננו, דער אויבערשטער האט אזוי אויסגעשטעלט אז פונקט יעצט ווען עס זענען דא אזעלכע וואס ווילן חלילה מאכן פשרות אין דעם הארבן ענין איז דער רבי געקומען קיין ארה''ק אויסשרייען אז מ'טאר נישט מאכן פשרות!
די רשעים ווילן אלעמען אויסרייסן זיי פראבירן עס צו מאכן צוביסלעך דורך פשרות, מען טאר זיך נישט לאזן!
דער גאב"ד האט ממשיך געווען אז דער רבי איז געקומען קיין ארה"ק פונקט אין אזא שווערע צייט, דאס האט דער אויבערשטער צוגעשיקט כדי דער רבי זאל קומען מחזק זיין די יהדות החרדית.
דער גאב"ד האט פארגעזעצט און אויפגעפאדערט די בני חוץ לארץ זיך מיטצושטעלן צום מלחמה קעגן די רשעים, און ארויסגעברענגט ווי תושבי ארה"ק קוקן ארויס אויף די תמיכה פון רבינו שליט"א פאר די מוסדות עטה''ק.
בפרט האט דער גאב"ד ארויסגעברענגט לשבח די ריזיגע געלטער וואס מרן רבינו שליט"א שיקט פאר די אריבער הונדערט רבני ומורה הוראה פון די עדה החרדית פאר יעדן יו''ט דורך די "ועד הפעולה" שע"י העדה החרדית, מחזק צו זיין די עדה החרדית און צו שטארקן די כח פון די רבני העדה,
דערנאך האט דער גאב"ד אנגעוואונטשן מרן רבינו שליט"א אז דער רבי זאל האבן כח מרים צו זיין דעם כח המחאה קעגן די רשעים און אלע פירצות.
נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען געזינגען 'צדיק כתמר יפרח' און דער גאנצער ציבור האט געטאנצן און געוואונטשן 'עוד ינובין בשיבה דשנים ורעננים יהיו' אז דער ירושלימ'ער רב שליט''א זאל פאר לאנגע יארן ווייטער האבן די כוחות מפאר צו זיין בראש העדה החרדית עד ביאת הגואל.
ארום 7:00 אזייגער האט מרן רבינו שליט"א אנגעהויבן די צענטראלע דברות קודש און פייערדיגע חובת השעה במעמד אלופי אלפי אנ''ש תושבי ירושלים עיה''ק, און פון איבער די גארער וועלט, ובראשם מרנן ורבנן חברי הבד''ץ וגדולי רבנים ואדמורי''ם,
צום ערשט האט דער רבי מקבל פנים געווען די גדולי הרבנים חברי בד''ץ העדה החרדית, ובראשם כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, און אלע גדולי הרבנים וראשי ישיבות רבנן ותלמידיהון,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט קורצע ווערטער פאר די בני חוץ לארץ,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ויתן לך אלקים מטל השמים" די מדרש זאגט מטל השמים זה ציון, די גמרא זאגט זה מקרא, ומשמני הארץ זה משנה ורוב דגן זה תלמיד,
דער אויבערשטער האט געוויזן פאר יצחק אבינו דעם ביהמ"ק בנוי חרוב ובנוי, ומפני חטאינו גלינו מארצינו, די ברכה פון ויתן לך איז געזאגט געווארן פאר אידן אין גלות אז מ'וועט זיך האלטן נאר דורך די תורה הק' מקרא משנה תלמוד,
וויאזוי וועט מען זוכה זיין דערצו? דורך ירושלים עיה''ק, "זה שער השמים" ירושלים איז די טויער פון הימל, והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו די תפילת גייט ארויף און השפעות קומט אראפ, ירושלים איז לבו של עולם, כי מציון תצא תורה פון ירושלים ווערט נשפע פאר די גאנצע וועלט, אויב עס איז דא תורה אין ירושלים איז דא א השפעה פאר די גאנצע וועלט,
און דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג פאר די בני חו"ל אז מען בויט יעצט א ריזיגע בנין אין ירושלים עיה"ק וואו עס וועט בעז"ה זיין א ביהמ''ד, א מקוה, א תלמיד תורה פאר תשב''ר, א כולל לאברכים, און א ישיבה,
אז מ'וועט העלפן בויען תורה אין ירושלים וועט נשפע ווערן א שפע פאר די גאנצע וועלט,
אויף דעם איז מען זיך צאמגעקומען דעם נאכט, ויתן ויחזר ויתן, מען וועט געבן פאר ירושלים און דורכדעם אויך פאר די גאנצע וועלט,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר אנ''ש תושבי ירושלים, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שאדן פון אויף בלייבן און פארפאטשקען שעות אויפדערנאכט, און אויפגעפאדערט אנ''ש צו האבן א גיאות דקדושה, און וויסן אז אונז האט מען געלערנט פארקערט, זיך לייגן פרי, און אויפשטיין פרי צו לערנען פארן דאווענען, א טאג וואס מען לערנט בעפארן דאווענען איז די גאנצע טאג אנדערש!
דערנאך האט דער רבי גערעדט בגנות פון דאווענען שבת קודש אין די שטיבלאך און מנינים צענטערן,
דער רבי האט שארף אויפגעפאדערט צו דאווענען אין א ביהמ''ד קבוע יעדע וואך די זעלבע צייט, ווי חסיד'ישע אידן, און ארויסגעברענגט ווי דאס דאווענען אין שטיבלאך שבת אינדערפריה איז סם המות פאר זיך און פאר די קינדער,
דער רבי האט ממשיך געווען בגנות פון די פארשידנארטיגע נייעס האטליינס וואס בינדן צו דער מענטש זאל דאס רופן יעדע פאר מינוט זיכער צו מאכן אז ער פארפאסט גארנישט,
און אויפגעפאדערט זיך צו האלטן העכער פון דעם, און נישט זיין פארנומען דערמיט, ווייל מען ווערט צוגעבינדן דערצו, און עס שלעפט אראפ דעם מענטש,
דער רבי האט ממשיך געווען אז מען זאל זען מחנך צו זיין די קינדער אויפן דרך פון רביה"ק זי"ע אין אלע ענינים ובפרט אקעגן טמאת הציונות, און זיך האלטן אפגעטיילט פון אלע פארטייען למיניהם, וואס זיי האבן זיך מחבר געווען צו ציונית, און געווארן עצם מעצמם ובשר מבשרם, און עס איז נישט קיין שום נפקא מינה צווישן די חסיד'ישע, ליטווישע, ספרד'ישע, און אשכנזי'שע, וואס דאס זענען "ארבעה אבות נזיקין".
דערנאך האט רבינו שליט"א אויסגעשריגן בקול חוצב להבות אש די אמת'ע השקפה הטהורה אזויווי עס איז מבואר אין ספה"ק ויואל משה, און אויסגעשריגן די תורה'דיגער שטעלונג איבער די טומאת קליפת הציונית, און די געוואלדיגע כפירה וואס עס ליגט אונטער טמא'נע רעיון,
דער רבי האט אויסגעשריגן, ידוע תדע כי גר יהיה זרעך, יודע שאני מפזרן, 'די גלות איז נישט געשען ווייל מען האט נעבעך נישט געהאט גענוג א שטארקע ארמיי, און די שונאים זענען געווען שטערקער און באזיגט די אידישע ארמיי', ניין! עס איז דא א גזירת הגלות, מען דארף וויסן און גלייבן "ומפני חטאינו גלינו מארצינו", דער אויבערשטער האט מפזר געווען כלל ישראל אין גלות בעוה"ר, נישט ווייל מען האט נישט געהאט גענוג געווער, אדער גענוג פעאיגע סאלדאטן.
תדע שאני מכנסן, מען דארף וויסן אז השי"ת בכבודו ובעצמו וועט אונז ארויסנעמען פון דעם ביטערן גלות, און חס ושלום צו האבן מחשבות אז מען קען חלילה נעמען א גאולה בזרוע בשר ודם און אליינס ארויסגיין פון גלות,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט פלאמפייערדיגע דברות קודש בנוגע די ביטערע מצב פונעם גזירת גיוס בני ישיבות וואס די ממשלת הטמאה האט גוזר געווען, וואס די מיליטער איז א מקום וואס כל באי' לא ישובין רח"ל, און דאס איז א גזירה פון העברה על הדת במלוא מובן המילה,
דער רבי האט אויסגעשריבן בקול חוצב להבות אש "חס ושלום צו מאכן פשרות!", מען וויל חלילה מאכן א דיעל, תן לי ואתן לך, איך וועל דאס נאכגעבן און דו וועסט דאס נאכגעבן רח"ל. מען זעצט זיך אראפ צום טיש און מען פארהאנדלט, איך וועל דיר געבן כך וכך און דו וועסט מיר געבן כך וכך וכו',
דער רבי האט אויסגעשריגן "איך האב נישט קיין השגה וויאזוי א איד א שומר תורה ומצוות, א איד וואס האט א שטוב מיט קינדער קען פארהאנדלען אויף די זאכן" ער וועט דען מסכים זיין צו געבן האלב פון זיינע קינדער? "היעלה על הדעת אזא מין השגה, אזא מין פשרה?! ווער עס לייגט צו א האנט צו דעם איז א מרים יד בתורת משה!"
דער רבי האט ממשיך געווען און מחזק געווען תושבי ארה"ק זיך צו האלטן פעסט און זיך קעגנשטעלן קעגן די ביטערע גזירה מיטן גאנצן כח, און זיך שלאגן מיט מסירות נפש כצור החלמיש, און בעזר השם וועט מען מצליח זיין,
דער רבי האט פארענדיגט בברכה פאר אלע נדבנים און עסקנים לטובת דעם נייעם בנין שע"י קהלתינו הק' אין ירושלים עיה"ק, און מסיים געווען בברכת הקודש פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב"ק האבן די מנגנים געזינגען דעם באקאנטן קידש שם שמים ניגון "ה' הוא מלכינו" און "עוצו עצה ותופר", און פאר לענגערע מינוטן האט דער פילקעפיגער ציבור געטאנצן און אויסגעשריגן דעם געשריי פון "בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים" מיט'ן גאנצן כח און שטאלץ!
נאך די פייערדיגע דב"ק האט כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א זיך באדאנקט פאר מרן רבינו שליט"א פאר די געוואלדיגע חיזוק און פייערדיגע דברות קודש, און פארן זיך ארויסשטעלן אן קיין מורא מיט'ן גאנצן שארפקייט מחזק צו זיין דעם יהדות הצרופה בארה"ק, און זיך ארויסשטעלן מיטן גאנצן דרייסט קעגן די פארטייאישע קרייזן און זייערע ביטערע פשרות, וואס דאס איז א געוואלדיגע חיזוק פאר די תורה טרייער אידנטום אין ארה"ק.
דערנאך איז אנגעקומען צום מעמד כ''ק הגה"צ חו"פ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, רבינו שליט"א האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד און מכבד געווען מיט לחיים,
ווי אויך איז אנגעקומען כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, רבינו שליט"א האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד און מכבד געווען מיט לחיים,
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א אויפגעשטעלט און ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אינאיינעם מיט כ"ק הרבנים הגאו"צ שליט"א, און דערנאך ארויסבאגלייט ביזן גאס.
מען האט געענדיגט ארום 8:00 אזייגער און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
אינעם בית האכסניא האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט דאווענען מעריב,
בעל תפילה: הרה''ח ר' יואל פריעדמאן הי''ו - ב''פ.
ארום 9:25 האט רבינו שליט"א פארלאזט ירושלים אויפן וועג קיין אתרא קדישא מירון לקראת דעם געהויבענעם שבת בהשתתפות אלופי אלפי אנ"ש פון איבער די גארער וועלט,
רבינו שליט"א איז אנגעקומען אין אתרא קדישא מירון ארום 11:45 און צוגעפארן צום בית האכסניא אין שטוב פון הרה''ג ר' מנחם מענדל פאמעראנץ שליט''א - ריש מתיבתא עוז והדר.
~🌴~