מיטוואך תולדות - הר הצופים - בית שמש - ירושלים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש 🌴
=מיטוואך תולדות - הר הצופים - בית שמש - ירושלים=
"אם לא אעלה את ירושלים"
נאך די מקוה ארום 9:00 אזייגער אינדערפרי איז דער רבי אנגעקומען צום הר הצופים מול מקום המקדש,
מען האט געזינגן א לענגערע צייט ניגוני גלות גאולה מיט התרוממות הנפש, און דער רבי האט מאריך געווען בבכיות נוראות בהשתקקות לגאולה השלימה,
דער רבי האט אנגעהויבן די קאפיטלעך תהילים, און דערנאך געריסן קריעה כנהוג, און מען האט ממשיך געווען מיט די קאפיטלעך תהילים,
ביים פארענדיגן האט דער רבי נאכגעזאגט אז עס שטייט 'שישו אתה משוש כל המתאבלים עליה' אז אויב פרייט מען זיך שוין יעצט מיט די גאולה העתידה וועט מען זוכה זיין זיך צו קענען פרייען ביי די גאולה השלימה, און דער רבי האט אנגעהויבן זינגען דעם ניגון 'יבנה המקדש' מיט גרויס שמחה פאר א שטיק צייט,
מען האט געענדיגט ארום 9:45.
פון דארט האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בית שמש אויף א באזוך בקרב קהילתינו ומוסדותינו הק'.
דער רבי איז אנגעקומען קיין בי"ש אום 10:25,
דער רבי איז אריין בהיכל בית מדרשינו אין שכונת רמת אברהם ווי עס זענען געווען פארזאמלט די תלמידי מוסדותינו הק' און דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פאר א שטיק צייט.
דערנאך האט דער רבי געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שמואל הירש הי"ו - בית שמש,
בעל תפילה: ר' שמעון יאזשעף הי"ו - ב"ב.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הת"ת,
די קינדער האבן פארגעזינגן עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, און דערביי פארגעשטעלט די השתלשלות פון די מוסדות וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן דורך רבינו שליט''א,
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר אברהם מאיר דירנפעלד שליט''א וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט''א בשם די תלמידי המוסדות און דערנאך איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א א קוויטל כוללות פון די שעות רצופות מיט וואס די קינדער האבן זיך געגרייט צום געהויבענעם באזוך,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מנהלים און מלמדים און פאר די הנהלת הת"ת פון בית שמש און פון חוץ לארץ,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די קינדער און מחזק געווען די הנהלת המוסדות פון בית שמש און די הנהלת המוסדות פון חוץ לארץ וועלכע געפינען זיך אין ביהמ''ד און געוואונטשן פאר די מוסדות "זה הקטן גדול יהיה" און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די מלמדים און קינדער.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע קינדער,
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום ביהמ"ד קהל חסידים בשכונת רמת אברהם בי"ש בראשות הרה"ג ר' אשר אולמאן שליט''א, ווי עס איז פארגעקומען א יציקות הבורות פאר די נייע מקוה וואס ווערט געבויעט נעבן ביהמ"ד,
דער רבי האט געגאסן די בורות און דערנאך מכבד געווען דעם רב הביהמ"ד צו גיסן,
דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וקבלת פנים,
מען האט געזינגן עטליכע ניגונים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן רב הביהמ"ד און פארן גאנצן ציבור.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אביעזר שפירא הי"ו - מגדולי תומכי מוסדותינו בי"ש,
עס האט אויפגעטרעטן ר' אביעזר הי"ו און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל אכסניא ובני משפחתו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך בבנין מוסדותינו הק',
דער רבי איז אריין אין אלע כתות אויף אלע שטאקן און פארהערט די קינדער די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו מראה"ק והמוסדות.
ארום 3:30 האט דער רבי אנגעהויבן די זמני כניסה פאר אנשי שלומינו תושבי בית שמש,
עס האט זיך געשלענגלט א לאנגע שורה ווי דער רבי האט אויפגענומען פאר קרוב צו 3 שעה נאכאנאנד להפקד בדבר ישועה ורחמים.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת ראזענבוים - מחסידי גור בית שמש,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות אינעם ספר תורה, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן נדבן ובני משפחתו.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא,
בעל תפילה: ר' יוסף חיים דאנציגער הי"ו.
נאך מנחה זענען אריין די צענדליגע בחורי שלומינו פון בי"ש און דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה פאר די בחורים,
דערביי האט דער רבי פארטיילט ספרו אמרא טבא פאר די בחורים.
ארום 7:50 איז דער רבי אנגעקומען אין בית מדרשינו ביהמ''ד אהל יהושע צום מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך חברי קהילתינו הק' לע"נ רבותיה"ק זי"ע,
מען האט געזינגן ניגוני התעוררות,
דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן פאר עטליכע מינוט מיטן אפענעם ספר תורה,
מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו - מגדולי נדבני הספר תורה,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט,
דער רבי האט מכבד געווען הגאון הגדול ר' שמואל בראנסדארפער שליט"א - חבר הבד"ץ צו טאנצן מיטן ספר תורה, און דערנאך הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ דקהילתינו ב"פ וועלכע האט ארויסגעפירט די ספר תורה פון ביהמ''ד.
פון דארט ארום 8:15 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגאון הגדול ר' נתן קופשיץ שליט"א - גאב''ד קרית נחלה ומנוחה בי''ש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני ברית מילה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון הגדול ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א - גאב"ד קרית הרמ"א בית שמש וחבר הבד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה''ק,
עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס איבער הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט אין די טעג,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ ר' יהושע שליט"א און פאר חתנו האדמו"ר מנדבורנא בית שמש שליט''א.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי ש"ב האדמו"ר מוויזניץ בי"ש שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער זכרונות לבית וויזניץ,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר האדמו"ר מוויזניץ בי"ש שליט"א.
ארום 8:45 איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד הכנסת ספר תורה דורך חברי קהילתינו הק' אין א ספעציעלע ארויסגעדינגענע זאל,
דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג,
דערנאך איז דער רבי ארויף אין א זייטיגע שטוב און געדאווענט תפילת מעריב,
בעל תפילה: ר' שלום בר"י מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ.
ארום 10:00 אויפדערנאכט איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אינעם זאל צום מסיבת לחיים לרגל הכנסת ספר תורה,
ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען ש"ב האדמו"ר מוויזניץ בי"ש שליט"א, האדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, און נאך פילע רבני העיר,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט''א, און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די קהילה און פון די מוסדות וועלכע שטייט היינט אינעם יובל העשור, א פלאץ וואו רבינו שליט"א האט אליינס אויפגעשטעלט מוסדות און איז נישט געווען בעפאר דעם,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און משלב געווען סוף התורה לתחילתה און ארומגערעדט לענגערע דברי הדרכה פאר אנ"ש תושבי בית שמש און געזאגט אז אנדערש ווי אנדערע שטעט איז אין קהלתינו הק' אין בית שמש נישט דא קיין עלטערע אידן אויף וועם ארויפצוקוקן במילא דארף יעדער זיכער מאכן זיך אויפצופירן ווי עס פאסט אז די קינדער זאלן האבן אויף וועם ארויפצוקוקן,
דער רבי האט שטארק מעורר געווען נזהר צו זיין בעניני צניעות פון קאפ ביז פיס און אוודאי בעניני דעות והשקפה אז מען געפינט זיך אין א שטאט ווי עס איז דא אסאך דעות און השקפות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די הנהלת הקהילה און פאר די עסקנים פון חוץ לארץ וועלכע שטייען צו די הילף פאר די קהילה אין בית שמש מיט יעדע זאך וואס מען דארף און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים,
מען האט געענדיגט ארום 10:40, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין ירושלים עיה"ק.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין טעלזסטאן ווי עס איז פארגעקומען א יציקת היסודות פאר די נייע בנין פון בית החלמה ליולדות,
דער רבי איז ארום זיך אומקוקן אינעם גאנצן בנין אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' גבריאל פאפענהיים הי"ו - מנהל המוסד,
דער רבי האט געגאסן די יסודות, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים און אנגעוואונטשן פאר די הנהלה און פארן אנוועזנדער ציבור.
ארום 11:15 איז דער רבי אנגעקומען לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בערל קארניאל הי"ו אין ירושלים ווי דער רבי האט ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו תושבי ירושלים עיה"ק,
עס האט זיך געשלענגלט א לאנגע שורה ווי דער רבי האט אויפגענומען פאר עטליכע שעה נאכאנאנד ביז אלע אנשי שלומינו פון ירושלים עיה''ק האבן געהאט די געלעגנהייט אריינצוגיין בקודש פנימה.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א ביקור גומלין האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און דערנאך ארויסבאגלייט.
אויך איז געווען אויף א באזוך הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א בן האדמו"ר מבעלזא שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די בעפארשטייענדער חתונה הגדולה פונעם עלטסטן אור אייניקל פון רבינו שליט"א וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן דאנערשטאג וישלח אינעם גיגאנטישער גרוינהויז קאמפלעקס, און איבער די גרויסע יחוס פון די חתן כלה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויפן וועג ארויס האבן איינע פון די באגלייטער פון ר' אהרן מרדכי שליט"א זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן אהערשטעלן און פינאנצירן דעם 'מרכז עזרה ויעוץ' שע"י העדה החרדית און דערציילט וויאזוי ער און אנדערע זענען געהאלפן געווארן דורך די מצילים שיחיו,
אויך איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מביאלא שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז געווען אויף א באזוך האדמו"ר מטריסק שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז געווען אויף א באזוך הגאון רבי שמחה ראבינאוויטש שליט"א - בעמח"ס פסקי תשובות,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה סאלאווייטשיק שליט''א - ר"י בריסק שכונת אחוה,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' נחמן יעקב פוקס הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאך די זמני כניסה ארום 2:30 איז דער רבי אנגעקומען אינעם בנין פונעם ארגענעזאציע 'מעלה' בהנהלת הרה"ח ר' יואל ברש"י וואלדמאן הי"ו,
דער רבי האט געהערט א באריכט פון די פעולות המוסד און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן די עוסקים במלאכת הקודש, און פארן אנוועזנדן ציבור, און דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו.
~🌴~