זונטאג וירא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג וירא
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' דוד פארקאש, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און לבן הנולד לר' ישראל דוד סעגעדין, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און לבן הנולד לר' יואל משולם זושא פריעד, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בן הר"ר אברהם כהן שליט"א.
ב"ר שלמה אלי' ווייס.
ב"ר איתמר טובי' ווידער.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ה' פסוק י"ג.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי
א גוטן טאג
~🌴~