זונטאג וירא חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג וירא חלק ב'
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יקותיאל ישראל פריעד - ר' שמואל עקשטיין, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' אהרן דוד רובינשטיין - ר' מאיר יעקב אינדיג, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:30
אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' דוד רובין - ר' ברוך שווארץ, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דקהלתינו הק' בלאמינגראוו, אינאיינעם מיט בנו החתן לרגל די חתונה וואס קומט פאר קומענדיגע וואך.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~