שבת קודש פרשת לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת לך
עש"ק פארן זמן האט רבינו שליט"א אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן שלום ב"ר נפתלי משה ווייס.
און פאר החתן יואל בן הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
ארום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד עקשטיין.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:25.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר די כולל תפארת בחורים אין וומ"ס.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה אינעם בנין פון מבצר הכוללים .
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א - מאנטשעסטער.
פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק לך לך מארצך וכו' אל הארץ אשר אראך, ווי דער אמרי נועם זאגט אז 'אראך' איז בגי' שבת,
און דער רבי האט נאכגעזאגט א חתם סופר אז די נס פורים האט זיך אנגעהויבן ביי 'ביום השביעי כטוב לב המלך ביין' און דאס איז געווען שבת, אין די ייטב פנים זאגט אז דאס איז געווען פרייטאג אויפדערנאכט ווען די אידן האבן געמאכט קידוש און דורך די שירות ותשבחות וואס די אידן האבן געזינגען ביי די סעודה האט מען מעורר געווען די נס פורים,
און דער רבי האט שטארק מעורר געווען די בחורים צו זינגען שירות ותשבחות ביי די סעודת שבת, און אז "מען האט נישט געדינגען קיין חברת מזמרים" נאר יעדער איינער דארף אליינס מיטזינגען.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען ר' ישראל כהן - ירושלים.
מנוחה ושמחה: ר' אהרן פילאפף - ירושלים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אל הארץ אשר אראך און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון כל הראוי לבילה אין בילה מעכבת בו.
קה אכסוף: ר' ישראל חיים העכט - ירושלים.
ברכת המזון: הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' משה'לע מ'שינעווא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג י"ב חשון.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א - מאנטשעסטער.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
ווי אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ר' דוד פארקאש.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא - מאנטריאל.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:00.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים פעקעטע.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מ'חמעלניק - מאנסי.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
כהן: החתן מאיר זלמן ב"ר ישראל לייב כהן.
לוי: החתן יחזקאל שרגא ב"ר הערש אלימלך ווערצבערגער - באווארפן.
שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין.
רביעי: החתן שלום ב"ר נפתלי משה ווייס - באווארפן.
חמישי: החתן יואל בן הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער - באווארפן.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שלמה ווערצבערגער.
ר' דוב בער פאלאטשעק - וומ"ס.
ר' יואל פערל.
שביעי: החתן מרדכי ב"ר חיים פעקעטע.
החתן שמואל ב"ר חיים דוד פריעד.
החתן ב"ר וואלף רעטעק.
אחרון: הר"ר פנחס אלימלך ווייס שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש.
הגבה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם לעבאוויטש - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר הירש.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' קלמן ווייס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אברהם יושע טעלער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:45.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' ישראל שפיצער.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' ישעי' סנדר גליק - מאנסי.
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הערצקא קאהן.
לוי: הרה"ח ר' שמואל דוד וויינבערגער.
שלישי: הרה"ג רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הבד"ץ בירושלים עיה"ק.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' חיים ווייס.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק לך לך מארצך, ווי דער רבי האט נאכגעזאגט פון הרה"ק ר' יונתן אייבשיץ זי"ע ווי ער טייטשט אויף דעם וואס רש"י זאגט ויהא ברכה 'בך חותמין ולא בכולן' אז מיט די מדה פון אברהם פון חסד גייט מען ארויסגיין פון גלות, און דער רבי האט שטארק ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון מצוות צדקה וואס ביי די מצוה פון צדקה אפי' מען האט א פני' ווערט עס נאך אלץ גערעכנט.
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי ברכה אז הקב"ה זאל העלפן אז מען זאל האבן די זכי' צו מקיים זיין די מצוה פון צדקה און דורך דעם מקרב זיין די גאולה שלימה בב"א.
ידיד נפש: הר"ר מאיר האלבערשטאם שליט"א - מו"ץ בקהלתינו וומ"ס.
קל מסתתר: הר"ר שלום טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד ויואל משה וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן מרדכי פעקעטע.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' בערל שטיין.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:00.
א גוטע וואך
~🌴~