מיטוואך לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך לך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים דוד שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי אהרן זגיל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ת"ת בנין הירש ג"ב לאנדא אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר יואל שפיטצער שליט"א לרגל די שמחת הנחת תפילין פון אן אור אייניקל הב' הבר מצוה אלימלך ני"ו בן נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וחתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר נכדו הב' הבר מצוה ני"ו און פאר הב' ב"ר אפרים ווייס הי"ו,
דערנאך האט דער רבי ארויפגעדרייט די כריכות אויף די פינגערס פאר נכדו ני"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר נכדו הרה"ג רב דביהמ"ד רב טוב שליט"א און פאר אלע מרביצי תורה און קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'למען תהיה תורת ה' בפיך' און ארויסגעברענגט אז אויף הידור מצוה איז יא דא שכר מצוה בהאי עלמא, און דער רבי האט געזאגט פאר די בחורים אז הידור מצוה ביי תפילין מיינט מען נישט נאר א שיינע תפילין בייטל אדער שיינע בתים,
נישט רעדן מיט די תפילין דאס איז הידור מצוות תפילין! און דער רבי האט שטארק מעורר געווען די בחורים נישט צו רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין און דורכדעם זוכה זיין צו שכר מצוה בהאי עלמא, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך שחרית איז דער רבי אנגעקומען בבנין המתיבתא סניף קדושת יואל ווי עס איז פארגעקומען א אויפנאמע פאר די חרדי'שע בארד מעמבערס מטעם די רעגירונג קאלעדזש פראגראם,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ רבי ברוך אברהם הורוויץ שליט"א ראש ישיבת באבוב חתן הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל, וועלכע איז געשיקט געווארן מטעם די רעגירונג פאר די רוטינע אויפזיכט אויף די לימודים,
דערביי זענען אויך אנוועזנד געווען די מנהלים פון אלע סניפי המתיבתא און די ראשי הכולל פון אלע כוללים דקהלתינו הק' אין ניו יארק מיט די חברי הנהלת המתיבתא,
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די פארשטייער, צום ערשט האט דער רבי אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט די גאנצע השתלשלות פון די ישיבה מיום הוסדה און די וואוקס און בליה פון די קרוב צו 1,500 תלמידים, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח די אלע מרביצי תורה און די געוואלדיגע גוטע חינוך וועלכע די בחורים ווערן מחונך און העלפט זיי שטארק ארויס אויף די יארן שפעטער, ווי מען זעט טאקע אז קרית יואל איז א שטאט מיט קרוב צו 45 טויזענט נפשות! און עס איז נישט דא קיין איין קרימינאל אדער שיסעריי, און דאס איז אלעס צו פארדאנקן די ישיבה יארן ווי מען איז מחנך די בחורים נאר צו תורה ומצוות, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו בשם די הנהלה,
דערנאך האבן די מנהלים און אזוי אויך די אנוועזנדע ראש הכוללים יעדער פאר זיך ארויסגעברענגט די פילע פעולות און מסגרת'ן וואס איז דא צוגעשטעלט פאר די בחורים פון אריינקומען אין ישיבה ביז נאך די חתונה,
ארום 1:15 האט דער רבי פארלאזט די ישיבה און אהיים לביתו נאוה קודש.
אין די מיטאג שעות האט זיך רבינו שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג צום 'אוטיסוויל טורמע' אין אפסטעיט ווי דער רבי האט אפגעשטאט א ביקור חיזוק פאר אחב"י יושבי חושך וצלמות און דערביי גענוצט די געלעגנהייט צו שתדל'ן ביי די אינסטאנצן צו פראבירן פארגרינגערן זייער לאגע וויפיל עס איז שייך,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די ארטיגע הויכראנגיגע באאמטע וואס זיי פארמאגן די פאקטישע מאכט צו שטרענגער און לויזער מאכן די רעגולאציעס און באגרעניצונגען פון די ארעסטאנטן, ווי אויך מיט די טשאפלעין וועלכע גיבט זיך אפ מיט די אידישקייט אנגעלעגנהייטן אינעם טורמע,
עס איז פארגעקומען א זיצונג מיט די באאמטע, ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט מיט זיי פארשידענע אופנים וויאזוי מען קען פארגרינגערן פאר די ארעסטאנטן, און געבעטן די באאמטע מיטצוארבעטן מיט די עסקנים, און פארשפראכן צו ארבעטן אויף אלע אנדערע פראנטן צו פארזיכערן אז זיי שטויסן זיך נישט אן אין קיין ביוראקראטישע, פאליטישע, אדער געזעצליכע שטערונגען, און דערביי האט דער רבי פארגעשלאגן צו געבן פערזענליכע ערבות און פארשפראכן פערזענליך זיך אפצוגעבן דערמיט,
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים אינעם ארטיגע ביהמ"ד ווי אריבער א מנין אידן וואס זענען ליידער יושבי חושך וצלמות האבן ענטפאנגען דעם רבין מיט גרויס שמחה,
עס האט אויפגעטרעטן דער טשאפלעין פונעם טורמע הרב רבי חיים שוחט שליט"א - מרא דאתרא קהל אנשי ספרד מאנסי, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש מיט שטארקע דברי חיזוק פאר די יושבי חשך,
נאך די דב"ק האט זיך פארמירט א משא ומתן בהלכה מיט די אידן, וואו צווישן אנדערן האבן עטליכע פראבירט צו פארענטפערן די לומדי'שע קשיא וואס רבינו שליט"א האט איבערגעלאזט ביים סיום פון חבורת "יסודי התורה" דקהלתינו הק' פארגאנגענעם זונטאג, און דער רבי האט זיך מפלפל געווען בתורה מיט די אידן,
דערנאך האבן די ארעסטירטע געמוזט פארלאזן די פלאץ צו גיין צום טעגליכן ציילונג, און דער רבי האט אויסגעווארט אינעם ביהמ"ד ביז עס איז פארענדיגט געווארן,
דערביי האט זיך פארמירט א שמועס מיט דער טשאפלעין, ווי דער רבי האט זיך פאראינטערעסירט אין די מצב פון די אידן וועלכע זענען ליידער אין טורמע, און וואס נאך מען קען טון זיי ארויס צו העלפן,
נאך די ציילונג זענען די ארטיגע אידן צוריק געקומען, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
צום ערשט האט דער גאנצער אנוועזנדער ציבור אינאיינעם געזינגען אני מאמין, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און פארטיילט שיריים פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האבן אלע ארעסטאנטן געהאט די געלעגנהייט צו אריינגיין צו רבינו שליט"א אויף א פריוואטע פארנעם ווי דערביי האט דער רבי יעדעם פערזענליך שטארק מחזק געווען צו קענען ווייטער אנגיין אין אזא שווערע מצב,
נאך עטליכע שעות האט דער רבי פארלאזט די תפיסה נאכן איבערלאזן ברכת קדשו אינאיינעם מיט הויפענעס מיט חיזוק פאר אחב"י היושבים בחושך וצלמות, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט די באזוך, און אהיימגעפארן קיין ק"י.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ב"ר שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע צבי פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' דוד אלי' ניישטאדט הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ש ווייסמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 9:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:20.
נאך מעריב האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"א שיף הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י ווידער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 9:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד רב טוב בשכונת עצי חיים צום שמחת הבר מצוה פונעם אור אייניקל הב' הבר מצוה אלימלך ני"ו בן הרה"ג רב הביהמ"ד שליט"א,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת בר מצוה,
במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן דער זיידע חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, הרה"ג רב דביהמ"ד רב טוב שליט"א, און דער זיידע הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א,
נאך די זופ האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בעניני תפילין און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פונעם בר מצוה בחור וועלכע האט מסיים געווען עטליכע מסכתות און אנגעוואונטשן ער זאל קענען מסיים זיין כל הש"ס, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן בר מצוה בחור, פאר נכדו הרה"ג רב הביהמ"ד שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א שטיק צייט,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור, מען האט געענדיגט ארום 11:10.
~🌴~