דינסטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג לך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' בערל פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' בעריש ווייזער הי"ו - מאנטריאל, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמחה פראנצויז הי"ו.
ב"ר יצחק רובין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל די נייע זמן.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ארום 7:30 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מסקווירא מב"פ שליט"א אינאיינעם מיט אחיו ומחותנו הרה"צ רבי פנחס טווערסקי שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי צאצאיהם למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית טשערנאבל,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר אברהם ברוך פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
~🌴~