דאנערשטאג לך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג לך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בר"ב פאלאטשעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר נתנאל ברוין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ז פסוק ג'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א לרגל די נייע זמן.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ארי' ברח"י הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר נכד רבינו הילד מאיר ני"ו בן הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חאלאקע אינגל, פאר די זיידעס הגה"צ אב"ד קארוב שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, און פאר די גאנצע משפחה.
אויך איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מראדוויל שליט"א פון מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ב"ר יוסף חיים ווייס הי"ו און הרה"ח ר' אהרן ברמ"ב שווארטץ הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ארום 12:00 אזייגער איז פארגעקומען בקודש פנימה א מסיבת לחיים לרגל פתיחת בית מדרשינו החדש אין לינדען וועלכע עפענט זיך אויף דעם שב"ק, מיט די באטיילוגונג פון הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און ראשי הנהלת הקהילה אינאיינעם מיט פילע אנשי שלומינו תושבי לינדען,
דער רבי האט צום ערשט געהערט א באריכט פונעם רב שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק לרגל פתיחת הביהמ"ד ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט אלעס וואס פארלאנגט זיך פאר א חסידישע ביהמ"ד בעניני תורה, תפילה, גמילות חסדים און צניעות, און מסיים געווען בברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרה"ג רב דקהלתינו שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
מען האט געזינגען לכבוד המאורע און דערנאך זענען אלע תושבים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~