שבת קודש פרשת נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת נח
ארום 6:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יושע גליק - מאנסי.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:25.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר די מוסדות תפארת יעקב עטה''ק אין א''י.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת.
ארום 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם בנין פון מבצר הכוללים ווי עס האבן מיטגעגעסן די תלמידי הישיבה סניף דברי יואל אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה תושבי ק"י.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ רבי ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר דוד שלמה עקשטיין שליט"א מנה"ר דישיבתינו הק' סניף דברי יואל.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען ר' חיים אליעזר דוב ענגעל - ירושלים.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אלה תולדות נח, און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה שבמקדש.
קה אכסוף: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין.
ברכת המזון: הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א - חדב"ן.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' אליעזר מ'דזיקוב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם שבת ג' חשון.
קה רבון עלם: הרב ברוך רוקח שליט"א חתן הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א - חדב"ן.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שלום זכר לבן הנולד להרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
אז ביום השביעי: הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:50.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אלחנן טויב.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש משב"ק.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' מרדכי גדלי' שפיצער.
כהן: החתן מאיר זלמן ב"ר ישראל לייב כהן - באווארפן.
לוי: הרה"ח ר' יונה האפמאן.
שלישי: החתן שמואל ב"ר חיים דוד פריעד - באווארפן.
רביעי: החתן בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל.
חמישי: הר"ר ישראל שלום טויב שליט"א - אבד"ק באלטימאר וומ"ס.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל האלפערט.
ר' אשר יונה פריעד.
שביעי: ר' משה יודא פייערשטיין, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: החתן המשב"ק דוב אלטר ברוך גפן.
מפטיר: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם פייערשטיין.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' חיים אליעזר דוב ענגעל - ירושלים.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן שפיצער.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יושע גפן.
כהן: הרה"ח ר' ישראל לייב כהן.
לוי: הר"ר וואלף דוד ווערצבערגער.
שלישי: הרה"ח ר' מנחם משה רעטעק - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ד גליק.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הר"ר ישראל שלום טויב שליט"א - אבד"ק באלטימאר וומ"ס.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק אלה תולדות נח ווי די בעל הטורים זאגט אז את האלוקי'ם התהל'ך נ'ח איז ס"ת חכם, וואס דאס ווייזט אז נח האט געלערנט תורה,
און דער רבי האט נאכגעזאגט א ווארט פונעם בעלזא רב זי"ע אז ווען מען טוט תשובה אויפן פגם הברית דארף מען פאסטן פ"ד תעניתים, אבער עס איז דא א עצה אז מען איז עוסק בתורה און מען איז מגדל די קינדער צו תורה, און דורך דעם פטר'ט מען זיך פון די פ"ד תעניתים,
און אזוי זעט מען טאקע ביי נח אז ער האט געלערנט תורה און ער האט מגדל געווען זיינע קינדער און זיין אייניקל אברהם אבינו צו תורה און מיט דעם זיך גע'פטר'ט פון צו פאסטן די פ"ד תעניתים,
און דער רבי האט צוגעענדיגט אז מען שטייט יעצט אנהייב זמן און 'אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא' און יעדער האט אויף וואס תשובה צו טוהן, במילא זאל זיך יעדער מקבל זיין צו קובע עיתים לתורה זיין בקביעות, און מגדל זיין די קינדער און אייניקלעך צו תורה ויר"ש,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי ברכה אז עס זאל קומען א געזינטע ווינטער בגשמיות וברוחניות און מען זאל האבן די זכי' עוסק צו זיין בתורה און צו מגדל זיין די קינדער צו תורה. בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש.
קל מסתתר: הרה"ח ר' מנחם משה רעטעק - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער
זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:55.
א גוטע וואך
~🌴~