פאלגנד איז די באריכט פון די לעצטערע טעג בצל הקודש.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
פאלגנד איז די באריכט פון די לעצטערע טעג בצל הקודש.
דאנערשטאג בראשית
אסרו חג סוכות
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל אברהם זאב אפעל.
ב"ר מאיר דוב היילברוין.
ב"ר געציל פרענקל.
ב"ר מאיר מיכאל פייערשטיין.
ב"ר יואל אברהם משה יאקאבאוויטש.
ב"ר יואל מאנדל.
ב"ר דוב מארקאוויטש.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים אין ביהמ"ד הגדול.
אין די פארמיטאג שעה'ן האט דער רבי פארטיילט שיירי מצוה פון די סוכה פאר די בחורים וואס האבן געהאלפן בויען די סוכה.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. און דערנאך האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג קיין פארשעי - מאנסי, ווי דער רבי האלט זיך אויף אין די טעג אויף אפרוה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:00 אזייגער אין ביהמ"ד בוטשאטש.
~
=פרייטאג בראשית=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:30 בביהמ''ד בוטשאטש.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר עטליכע בר מצוה בחורים.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
~
שבת קודש האט זיך רבינו שליט"א אויפגעהאלטן בבית הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש, בגלילות קרית יואל ווי געמאלדן.
~
=זונטאג נח=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:30 בביהמ''ד בוטשאטש.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר שמואל יודא שטיין - ק"י.
ב''ר חיים שלום בוים - ק"י.
ב''ר שלמה משה אינדיג.
ב''ר יצחק חיים פריינד - ק''י.
ב''ר שלום האראוויטץ - וומ''ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
דערנאך האט דער רבי באזוכט אויף די שטח האדיר פונעם בית רחל אין מאנסי און באטראכט די אנגייענדע הרחבת גבולי הקדושה, דערנאך האט דער רבי באזוכט אינעם בנין האדיר העכערן ביהמ״ד הגדול ווי עס איז באנייט געווארן די ערשטע זעקס כיתות הלימוד און א חדר האוכל.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15.
און מעריב ארום 7:50.
~
=מאנטאג נח=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:30 בביהמ''ד בוטשאטש.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים זאב פאלקאוויטש.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15.
און מעריב ארום 7:50.
~
=דינסטאג נח=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:30 בביהמ''ד בוטשאטש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15.
און מעריב ארום 7:50.
~
=מיטוואך נח=
-א' דר"ח חשון-
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:30 בביהמ''ד בוטשאטש.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל מאסרי - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור,
ווי עס איז אויך אנוועזנד געווען הרה"ג ר' דוד יודא הירשפעלד שליט"א - דומ"ץ מונקאטש מאנסי, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגים פון ראש חודש און נאך.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15.
און מעריב ארום 7:50.
~
=דאנערשטאג נח=
-בדר"ח חשון-
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:30 בביהמ''ד בוטשאטש.
עס האבן מיטגעדאווענט די תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' פון מאנסי.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש - מאנסי.
ב"ר יעקב מרדכי גראס - ק"י.
ב"ר יואל צבי ליכעטנשטיין - ק"י.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים און צווישן אנדערע ארומגערעדט בנוגע לערנען מיט חשק, גיין אין מקוה, ארויסשטעקן די ציצית, לערנען פארן דאווענען, נישט רעדן קיין שיחת חולין מיט די תפילין, און זיין א חסידישע בחור.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שריים פאר אלע בחורים.
נאכמיטאג ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אין די עירמאנט געגענט אין מאנסי, בנשיאות הגה"צ רבי אהרן ט"ב שליט"א בן הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מנחה און דערנאך זיך אומגעקיקט אויף די ביהמ"ד און די מקוה, און דערנאך געדאווענט מעריב.
דערנאך איז דער רבי אריבער און שטוב פון הגה"צ רבי אהרן שליט"א ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט אנגעווינטשן פאר הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א און פאר בנו הגה"צ רבי אהרן שליט"א.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום שטוב פון מחותנו הגה"צ אב"ד בערטש שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס און צווישן אנדערע האט בערטש'ע רב שליט"א געוויזן פארן רבי'ן אלטע כתבי ידות פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פון הרה"ק ר' אייזיק'ל זידוטשוב'ער זי"ע, און דערנאך האט ער אנגעגאסן לחיים פאר רבינו שליט"א פון די פלאש פון הרה"ק ר' מאיר'ל פרעמישלאן'ער זי"ע און די בעכער פון הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע.
~
=פרייטאג נח=
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית ארום 9:30 בביהמ''ד בוטשאטש.
עס האבן מיטגעדאווענט די נייע ישיבה קטנה 'דרך התורה' פון מאנסי.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר עטליכע בר מצוה בחורים.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.
און די פארמיטאג שעה'ן האט דער רבי פארלאזט פארשעי און זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
"בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה"
א גוט שבת.
~🌴~