מוצש''ק פרשת נח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מוצש''ק פרשת נח
ארום 11:30 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון עידן פעלעס אין וויליאמסבורג צום מעמד קנין תורה וסיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' כיתה ט'.
ביים אנקומען צום זאל האט דער רבי געמאכט די חאלאקע פארן אור אייניקל בן אצל נכדו הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים בן הגה''צ רבי ברוך שליט"א חדב''ן ווי דער רבי האט אפגעשניטן די האר, און אנגעווינטשן פאר די בעל שמחה און די זיידעס. דערנאך איז דער רבי אריין צום מעמד ווי הגה''צ אב''ד ור''מ שליט"א האט פארגעזעצט מיטן דרשה. דערנאך האט אויפגעטרעטן די מנהל הר"ר יודא בער טעלער. נאכ'ן מנהל'ס דרשה האט איינע פון די תלמידים פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי התחזקות והדרכה פארן נייעם זמן. דערנאך האט דער רבי פארטיילט די ספר 'שמעתתא דמר"א ט"ב על סדר הפרשיות משולב עם סוגיות שונות ממסכת קידושין פאר די בחורים. אויפן וועג ארויס האט זיך פארצויגן א ידידות'דיגע שמועס מיט בנו הגה''צ אב''ד ור''מ שליט"א, ארום 12:20 האט דער רבי פארלאזט די זאל, און זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.
א גוטע וואך
~🌴~