פרייטאג וילך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג וילך=
אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
פאר שחרית האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיט הב' משה בן גיטל ני"ו מתלמידי ישיבתינו הק' אין בני ברק וועלכע זיצט אין תפיסה פארן חטא פון נישט דינען אינעם טריפה'נעם ציוניסטישע מיליטער,
דער רבי האט שטארק מחזק געווען די בחור און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 9:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע דוד מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מאיר מנחם זאב הירש הי"ו.
ב"ר נחמן שלאגער הי"ו.
ב"ר שמואל טובי' פריינד הי"ו.
ב"ר נחמן דוד שמידמאן הי"ו.
ב"ר חיים זאב פאלקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
א גוט שבת.
~🌴~