שבת קודש פרשת וילך - שבת שובה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וילך - שבת שובה=
ארום 7:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו,
ביי לכה דודי האט די קאפעליע געזינגען די נייע ניגונים.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:00 אזייגער.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית אלעזר שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א - רב דביהמ"ד קול אליהו.
מנוחה ושמחה: הר"ר שמחה בונם רוקח שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וילך משה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.
קה אכסוף: נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון זקינו הרה"ק רבי אלעזר ניסן זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג שלש עשרה מידות.
קה רבון עלם: נכד רבינו הרב אנשיל אשכנזי שליט"א - מאנטשעסטער.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א,
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און דער בעל שמחה האט אנגעגאסן ביר,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר אלע אייניקלעך און פארן גאנצן ציבור.
אז ביום השביעי: הר"ר יוקל שלעזינגער שליט"א - לאנדאן.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:20.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
צו תפילת שחרית איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו.
לוי: ר' יוסף ברש"ל גרובער הי"ו.
שלישי: הר"ר מאיר לייב קטינא שליט"א.
רביעי: ר' יואל ברנ"מ קויפמאן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: הב' הבר מצוה ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו.
שביעי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל בר"מ מיטטעלמאן הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
הגבה: הר"ר יוקל שלעזינגער שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים מאיר ערנטאהל הי"ו - אנטווערפען.
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישראל יודא גאלדבערגער שליט"א - מאנסי.
כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
לוי: הר"ר חיים יושע לעווי שליט"א.
שלישי: הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א - דומ''ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק שובה ישראל עד ה' אלקיך און ארויסגעברענגט אז כדי עס זאל זיין פתחו לי פתח כחודו של מחט איז גענוג אז עס איז דא קחו עמכם דברים, א דיבור של תפילה, א דיבור של חרטה ותשובה צו הקב"ה, און דער רבי האט מאריך געווען זאגענדיג אז שטייענדיג בין כסא לעשור איז יעצט די צייט צו מתפלל זיין מען זאל זוכה זיין צו תשובה שלימה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 9:25.
א גוטע וואך.
~🌴~