דאנערשטאג וילך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג וילך=
~צום גדלי'~
אום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:35, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אפרים יצחק אדלער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל פאסטערנאק הי"ו.
ב"ר יואל אייזדארפער הי"ו.
ב"ר יואל בר"מ מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר יו"ט בערגער הי"ו.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן מיט פתיחה: הרה"ח ר' יואל אייזדארפער הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יואל פאסטערנאק הי"ו,
כהן: ר' שמואל ווייס הי"ו,
לוי: הר"ר חיים יושע לעווי שליט"א,
שלישי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' יו"ט בערגער הי"ו,
גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יואל מיטטעלמאן הי"ו.
ארום 5:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ודרשת שבת שובה במעמד אלפי אנשי שלומינו אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפילה: הרה"ח ר' קלמן גפן הי"ו.
פתיחה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער הי"ו - מאנטריאל.
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ג ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א - אב"ד הוניאד.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
גלילה: הר"ר שלמה זלמן וויינבערגער שליט"א.
נאך מנחה אום 6:30 האט זיך דער רבי מתעטף געווען מיטן טלית און ארויף צום ארון הקודש ווי דער רבי האט צום ערשט מתפלל געווען א תפילה חרישות,
דער רבי האט אנגעהויבן מיטן פסוק אין הושע 'שובה ישראל עד ה' אלקיך' און ארומגערעדט א לענגערע צייט דברי דרוש ופלפול ואגדה אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה וואס דער רבי האט פארגעלערנט אין די פארגאנגענע וואכן בהיכל הישיבה,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי מוסר און צווישן אנדערע מעורר געווען אויף קביעות עתים לתורה וואס טראץ וואס די קול תורה אין די בתי מדרשים אין ק"י איז בעסער ווי אמאל און רוב ציבור איז אנגעשלאסן אין איינע פון די חבורת פון קהלתינו הק' 'חבורת יסודי התורה' אדער 'חבורת תורתך שעשועי', אבער ס'איז נאך אלץ נישט יעדער, און ס'איז דא מענטשן וואס זענען זיך נאכנישט קובע עתים לתורה, 'מען מוז יעדן טאג האבן א שיעור' און נאר דאס קען מציל זיין פון אלע נסיונות וואס מען גייט אדורך א גאנצן טאג, די זעלבע בעניני תפילה וואס מען דארף זען צו דאווענען פון מה טובו און נישט זיך מיטכאפן אינמיטן א מנין 'אז מען קומט צייטליך צו ברכות איז מען זוכה צו ברכות',
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער קרית יואל זאגענדיג אז רביה"ק זי"ע האט מייסד געווען די שטאט מען זאל זיין אפגעזינדערט פון די גאנצע וועלט און מען דארף זיכער מאכן אז ס'זאל בלייבן אפגעזינדערט, שלא יתערב זר במחנינו, און איינער וואס האט א צווייטע השקפה ווי אונז זאל זיך נישט אהערציען, נישט אין קרית יואל און נישט אין ק"י המורחבת,
אזוי אויך דארף יעדער איינער זיכער מאכן זיך צו פירן כרצונו הק' פון רביה"ק זי"ע מיט אלע ענינים בנוגע צניעות פון קאפ ביז פיס, פון די ביי האר ביז די זאקן, נישט נאכגיין קיין שום מאדעס נישט די גויאישע און נישט די אידישע, דאס איז נוגע ביי יעדע ענין אפילו ביי ניגונים, נישט צו זינגען די היינטיגע מאדערנע ניגונים,
אזוי אויך בנוגע די ארבעטס פלעצער אין די אפיסעס ווי נישט יעדער קען די הלכות און מען קען גרינג צוקומען צו איסורים בהלכות יחוד וקירבה בין איש לאשה, און דער רבי האט שטארק מחזק געווען מכון 'עבודה כהלכה' וועלכע גייען ארום געבן א הכשר אויף די אפיסעס זיכער צו מאכן אז אלעס איז כשורה, און יעדע בעה"ב און ארבעטער זאל זיכער מאכן עס צו האבן אין זיין אפיס,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג בנוגע די גזירת החינוך אין ניו יארק ווי טראץ מען האט בעז"ה משנה געווען די געזעץ לטובה דאך רוען די רשעים נישט איין און האבן איינגעגעבן א קלאגע אנטקעגן די געזעץ, ס'איז א ערנסטע קלאגע און מען האפט און מען איז מתפלל צו הקב"ה אז זיי זאלן נישט מצליח זיין און נישט קענען שטערן די חינוך פון די תשב"ר,
אזוי אויך בנוגע די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבת בארה"ק ווי צענדליגע בחורים זענען געזעצן אין תפיסה דעם יו"ט ראש השנה פארן איינציגסטן חטא פון לערנען תורה, צווישן אנדערע א בחור מתלמידי ישיבתינו הק' פון בני ברק, מען דארף דאנקן הקב"ה אז עס איז דא א קול מלחמה במחנה און מען טוט שטארק מחזק זיין די לוחמים וואס זענען לוחם מיט אן ערנסטקייט, אבער אין די זעלבע צייט זענען ליידער דא אזעלכע וואס ארבעטן אויף פשרות אז האלב כלל ישראל זאלן חלילה אנקומען אין די טמא'נע מיליטער, אונז רוף מיר אויס פאר די פאליטיקאנטן אז אידישע נשמות זענען נישט קיין מקח וממכר פאר פאליטיק! און מען טאר נישט מפקיר זיין קיין שום נפש מישראל! און דער רבי האט שטארק מחזק געווען די עסקנים פון מרכז עזרה ויעוץ וועלכע שטייען אויפן פראנט ארויסצוהעלפן צו ראטעווען יעדעם איינעם פון מיליטער,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די פראבלעמען פון די כלים למיניהם ובפרט די תאוה פון בחורים צו האבן א אייגענע טעלעפאון, און דער רבי האט אויפגעפאדערט פון די עלטערן נישט צו געבן קיין טעלעפאון פאר א בחור, עס איז שוין איינגעפירט די לעצטע פאר יאר אז עס איז צוגעשטעלט אומזיסטע פאבליק טעלעפאנען אין אלע בתי מדרשים און מען פירט עס יעצט איין אין די שאפינג צענטערן אזוי אז עס זאל נישט זיין קיין שום תירוץ פאר א בחור צו האבן א טעלעפאון,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די דירות פרייזן וואס זענען ב"ה שטארק געפאלן סיי צו קויפן א דירה און סיי צו דינגען א דירה, און דער רבי האט געבעטן זיך צו האלטן פעסט און נישט צאלן מער פון די פרייז וואס מען האט באשטימט און קיינער זאל נישט זאגן אז איך בין א אויסנאם, און אזוי וועט מען מצליח זיין צו האלטן די פרייזן נידריג,
דער רבי האט פארענדיגט נאכזאגענדיג פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וועלכע האט געזאגט שנת תשכ"ו אז דער הייליגער שינאווער רב זי"ע האט געזאגט בשנת תרס"ו אז יענע יאר איז א זמן פקידה לביאת המשיח, און רביה"ק זי"ע האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע אז יעדע זעכציג יאר איז דא נאכאמאל א זמן פקידה און איינגעריסן אז מען זאל זוכה זיין תשכ"ו צו ביאת המשיח און מען זאל חלילה נישט דארפן ווארטן נאך זעכציג יאר אויף ביאת המשיח, האט דער רבי געזאגט אז אונז שטיי מיר שוין היינט תשפ"ו זעכציג יאר שפעטער! און מען האפט און מען איז מתפלל אז מען זאל די יאר זוכה זיין צו ביאת המשיח, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט די דרשה ארום 7:50 און דער רבי האט געזאגט קדיש דרבנן,
מען האט זיך תיכף געשטעלט דאווענען מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' שמואל לייבוש וויינבערגער הי"ו.
~🌴~