פרייטאג נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג נצבים=
~ו' דסליחות~
ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם יושע בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בקודש פנימה חברי וועד מעתיקי שמיעה פון הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א וועלכע האבן איבערגעגעבן די צוויי בענדער פון ספר אמירה נעימה וואס איז יעצט אריין אין דריק און וועט ערשיינען לקראת די חתונה הגדולה פון הכלה נכדת דור רביעי הבכירה דעם קומענדיגן חודש כסלו הבעל"ט,
דער רבי האט עס אדורכגעקוקט מיט גרויס קורת רוח און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב מען זאל ווייטער קענען אנגיין מיט די עבודות הקודש.
נאך תפילת שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א לרגל די שמחת החאלאקע פון נכדו הילד כמר יצחק ני"ו בן בנו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די זיידעס בסיפורי צדיקים, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
א גוט שבת.
~🌴~