דאנערשטאג נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג נצבים=
~ה' דסליחות~
ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול,
בעל תפלה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית,
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט זיך פארבינדן מיט רבינו שליט"א העסקן הרב שמעון שישא שליט"א - יו"ר מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל מגזירת הגיוס,
ר' שמעון הי"ו האט שטייענדיג אין ציוני'סטישער בית משפט מזכיר געווען דריי שווערע קעיסעס פון ארעסטירטע אויף וועמען די מדינה פארלייגט זיך מיט שטארקע כוחות זיי צו האלטן אין טורמע, וואס היינט איז פארגעקומען א געריכט סעסיע איבער זייער שיקזאל, און דערביי אויך דערציילט די ביטערע מצב הגזירה ווי עס זענען שוין ארעסטירט געווארן די וואך אליינס אריבער 100 בחורים וועלכע האבן זיך נישט געשטעלט צום טריפה'נעם מיליטער,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט א לענגערע צייט אלע פרטים פון די פארצווייגטע מערכה, און גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו מען זאל מצליח זיין מיט די פארשידענע אופנים צו באפרייען די אסירי ישראל, און שטארק מחזק געווען מען זאל ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש ביז די גזירה וועט בעז"ה אינגאנצן בטל ווערן.
דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען אן אסיפה בקודש פנימה מיט די רבני ועד לטהרינו דקהילתינו הק' אינאיינעם מיט די איינגעשטעלטע פון "גדר" ווי מען איז איבערגעגאנגען די לעצטערע אנטוויקלונגען אין די פעלד פון טעכנאלאגישע כלים, און רבינו שליט"א האט געגעבן הוראת קדשו, און אנגעוואונטשן די עסקנים מען זאל ווייטער קענען אויפטון למען טהרתן של ישראל.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם שמעון רייך הי"ו און הרה"ח ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:40, און מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~