שבת קודש פרשת נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת נצבים=
עש"ק אין די נאכמיטאג שעות ארום 5:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די ברית לבן הנולד אצל הר"ר יחיאל נפתלי באב"ד שליט"א - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאכן ברית האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל ברית, און דערביי האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיט אביו הרה"ג ר' מרדכי באב"ד שליט"א - ראב"ד מכון להוראה מאנסי, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:05.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון אלע סניפי ישיבות קטנות פון ק"י.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' בנימין חיים מייזליש ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א - ב"ב.
פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש 'ישראל שאין מכלין שדותיהן לא אעשה כלה' און ארויסגעברענגט אז בזכות פון מצות צדקה גייט מען ארויס זכאי בדין ראש השנה, און דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז מען פארט בעז"ה בקרוב קיין ארץ ישראל און דארט איז דא אסאך עניים ודלים במילא וויל מען מכבד זיין די בחורים צו זיין גבאי צדקה און מקבץ זיין געלט במשך די ימי בין הזמנים פאר די עניי ארץ ישראל און אין דעם זכות וועט מען ארויסגיין זכאי בדין,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די בחורים זאגענדיג אז מען גרייט זיך יעצט ארויפצוגיין פון ישיבה קטנה צו ישיבה גדולה, און די טבע פון בחורים איז צו טראכטן אז יעצט קען איך שוין טוהן זאכן וואס כהאב נישט געקענט טוהן ביז יעצט, בפרט בנוגע האבן א אייגענע טעלעפאון, און דער רבי האט שטארק אויפגעפאדערט די בחורים נישט צו קויפן קיין טעלעפאון זאגענדיג אז נישט אזוי ווערט מען א גרויסע בחור, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים ק"י.
מנוחה ושמחה: הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף ייטב פנים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אתם נצבים היום און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אויף צוויי אופנים אין די סוגיא פון מצוות לאו ליהנות ניתנו.
קה אכסוף: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - מנהל ישיבה קטנה סניף אבני צדק.
ברכת המזון: נכד רבינו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א וומ"ס, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק כ"ז אלול.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:30.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א.
כהן: ר' יצחק ישעי' כ"ץ הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: הרה"ח ר' בעריש אפפעל הי"ו.
שלישי: ר' אברהם אלי' זאלדאן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
רביעי: ר' יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: ר' משה בר"מ פאלקאוויטש הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שביעי: ר' משולם איסר וויינגארטן הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: ר' נפתלי הירצקא ברי"א שווארטץ הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' ישראל ברוך הערשקאוויטש הי"ו.
גלילה: ר' שמעון דוב פילאפף הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף קדיש פילאפף הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
נאכמיטאג ארום 6:45 איז דער רבי אראפגעקומען אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי די קאפעליע האט פארגעזינגען די נייע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לקראת די ימים נוראים הבעל"ט,
דער רבי האט זיך צוגעהערט צו די ניגונים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:35.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר אנשיל זאלדאן הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן.
לוי: הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו.
שלישי: הר"ר ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ג ר' מענדל גאלד שליט"א מלובלין.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און ארויסגעברענגט אז אין מצרים זענען די אידן נתעורר געווען צו תשובה דורך די שיעבוד מצרים און אויף דעם האבן אידן עקסטער געקלאגט פארוואס זיי זענען נישט נתעורר געווארן צו תשובה אנדעם נאר געדארפט צוקומען צו תשובה דורך די מצריים,
די זעלבע איז היינט צוטאגס, ס'קומט ראש השנה און א מענטש טראכט אדורך וואס פאר א שווער יאר ער איז אריבער וויפיל עגמת נפש ער האט געהאט, און דאס איז אים מעורר לתשובה, איז אויך דא א שטארקע בושה פארוואס מען דארף צוקומען צו די צרות און מען ווערט נישט נתעורר אנדעם, אבער נאך גרעסער איז די בושה אויב מען ווערט נישט נתעורר אפילו נאכן אדורכגיין אזא שווערע יאר, ב'חצוצרות ו'קול ש'ופר ה'ריעו איז ר"ת 'בושה' וויבאלד עס איז א שטארקע בושה, אבער מען דארף האבן א זכי' צו האבן כאטש א עכטע בושה און נתעורר ווערן צו תשובה אמיתית, און אויב מען האט יא בושה איז מען זוכה צו בוש"ת ת'חל ש'נה וב'רכותיה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א - מו"ץ.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:00 אזייגער.
א גוטע וואך.
~🌴~