'ליל שמחת תורה'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
'ליל שמחת תורה'
ארום 12:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מעריב.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש - משב"ק.
נאך מעריב איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.
ארום 1:15 איז דער רבי אריין געקומען צו די געהויבענע הקפות אנגעטוהן מיט א טלית שאולה, און אנגעהויבן אתה הראת.
ארום 1:30 האט מען אנגעהויבן טאנצן, ווי דער רבי האט געטאנצען די ריקודין של מצוה בשמחת התורה, בהלהבות ורשפי אש קודש,
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ביי די ערשטע, דריטע, פערטע, און זעקסטע הקדמה(די פולע דברות קודש וועט בעז"ה נאכפאלגן)
די הקדמה האט גענומען ביז ארום 3:45.
ביי די זיבעטע הקפה איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער ווי דער רבי האט ממשיך געווען די ריקודין ביתר שאת מיט א געוואלדיגע התלהבות.
מען האט געענדיגט טאנצן די הקפות ארום 5:10.
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט די פסוקי יחוד און כתר בהתלהבות אש, און איבערגעבן די ספר תורה פאר הרה"ח ר' יודל ווצ"ב, וואס האט ממשיך געווען מיט שמע ישראל, און האט געליינט וזאת הברכה,
עס האבן עולה געווען: כהן: הר"ר יצחק צבי ווייס שליט"א - אב"ד אוהעל ב"פ.
לוי: הר"ר אפרים משה לעווי שליט"א - מו"ץ בקהלתינו ב'מאנסי.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' חיים ישראל קלאגסבאלד - לאנדאן.
גלילה: הרה"ח ר' אפרים פישל קיש - ב"פ.
מ'האט געענדיגט ארום 5:25, און דער רבי האט געוואונטשען גוט יו"ט פאר'ן גאנצן ציבור צוזאמען.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש אפרעכטן די סעודת יו"ט.
נאכ'ן זינגען דעם פיוט מערבית האט דער רבי מכבד געווען מיט'ן בענטשען דעם אייניקל הב' אשר אנשיל בן הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א - חדב"ן.
~
שמחת תורה בייטאג
ארום 11:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום דאווענען,
בעל תפילה צו פסו"ד און שחרית איז געווען הרה"ח ר' יעקב יחזקי' גאנדל, ביי נשמת האט מען געזינגען די נוסחאות פון יו"ט, ימים נוראים און שבת, כנהוג.
ביי הויכע שמו"ע האט מען גע'דוכנ'ט, מ'האט געזאגט ותערב, און נישט געזאגט רבוש"ע, מ'האט גענדיגט שחרית והלל ארום 1:20.
ארום 2:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו די הקפות, און אנגעהויבן אתה הראת.
מען האט אנגעהויבן צו טאנצן ארום 2:15.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ביי די ערשטע, דריטע, און פערטע הקדמה (די פולע דברות קודש וועט בעז"ה נאכפאלגן)
די הקדמה האט מען געענדיגט ארום 4:30.
במשך די הקדמה האט מען מכבד געווען מיט ספרי תורה די כלי קודש פון מוסדותינו הק' איבער די גארער וועלט.
ביי די 2'טע הקפה האט מען מכבד געווען די אייניקלעך פון רבי'ן ברך משה ז"ל, צו האלטן די ספרים.
צווישן די הקפות האט מען געזינגן די שטיקלעך פונעם הייליגן חרדים זי"ע בהתעוררות רב.
פאר די פערטע הקפה האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
(די פולע דברות קודש וועט בעז"ה נאכפאלגן)
ביי די 6'טע הקפה – פון יוסף הצדיק, האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש. (די פולע דברות קודש וועט בעז"ה נאכפאלגן)
ביי די זעקסטע הקפה האט דער רבי געמאכט די נענועים מיטן ספר תורה כנהוג מיט גרויס דביקות און בכיות דקדושה.
ביי די זיבעטע הקפה איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער ווי דער רבי האט איבערגענומען זיין פריוואטע ספר תורה, "ואשרי עין ראתה זאת" ווי רבינו שליט"א טאנצט מיט א ספעציעלע אש קודש וואס האט אריינגעשלעפט די גאנצע עולם אין א געוואלדיגע התלהבות און רגש דקדושה.
מען האט געענדיגט טאנצן די הקפות ארום 6:50, און דער רבי האט פארגעזאגט לדוד מזמור.
ביים לייענען האבן עולה געווען די משמשים בקודש:
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער.
כהן: הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן.
לוי הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער.
שלישי הרה"ח ר' חיים שלמה פישער.
רביעי הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש.
חמישי: רבינו שליט"א.
און דערנאך איז מען אריבער אין פאליש ווי מען האט תיכף ממשיך געווען מיט'ן ליינען,
הרה"ח ר' יואל קויפמאן
האט פארגעזאגט דעם 'מרשות' צו חתן תורה, און דער רבי האט עולה געווען בקול חנק מדמעות.
נאכן ליינען האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך פאר הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער.
הגבה: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג.
גלילה: הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער.
חתן בראשית האט עולה געווען, הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין.
הגבה: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים.
גלילה: הרה"ח ר' אהרן דוב געטטער - ב"פ.
מפטיר: הב' המשב"ק אלטר ברוך גפן.
הגבה: הרה"ח ר' יואל ווידער.
גלילה: הרה"ח ר' יואל משה גליק - ב"ב.
מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש, מ'האט משמח געווען כנהוג,
און מען האט תיכף געדאווענט מנחה מען האט געענדיגט ארום 7:25.
און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום נעילת החג טיש ווי דער רבי האט ממשיך געווען מיט די סעודת
יו"ט, און מען האט ארויפגעגעבן קרויט.
ביים טיש האט דער רבי מכבד געווען מיט'ן פיוט "שישו ושמחו" הרה"ח ר' דוד ניישטאדט - מאנסי.
און דאן האט מען אויף מאריך געווען מיט מערערע ניגונים לכבוד יו"ט.
אזוי אויך האט הרה"ח ר' הערשל קאהן פארגעזינגען די ניגונים המיוחסים להרה"ק מ'בארדיטשוב זי"ע.
ארום 10:30 האט דער רבי געבענטשט על הכוס.
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען די דברות קודש אויפ'ן מייק, און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה וריקודי קודש לכבוד היום,
דערנאך האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט מסכת ברכות בבלי וירושלמי כנהוג.
נאכ'ן געהויבענעם טיש האט דער רבי געדאווענט מעריב.
בעל תפלה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין - משב"ק.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז פארגעקומען דער מעמד ברכת הקודש פארנט פון ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט משמיע געווען ברכת והדרכת קדשו פאר'ן ריזן ציבור כ"י אנשים נשים וטף.
ואמר כל העם אמן.
"ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
~🌴~