'ליל שמיני עצרת'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
'ליל שמיני עצרת'
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום דאווענען און די הקפות.
מערבית איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ ד'קהלתינו הק' ב"פ.
ארום 9:00 האט דער רבי אנגעהויבן אתה הראת.
מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב,
ארום 9:15 האט מען אנגעהויבן צו טאנצן די הקדמה צו די הקפות.
מען האט אנגעהויבן די ערשטע הקפה ארום 10:20. ווי דער רבי האט געטאנצען די ריקודין של מצוה בשמחת התורה, בהלהבות ורשפי אש קודש,
ביי די זיבעטע הקפה איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער ווי דער רבי האט ממשיך געווען די ריקודין ביתר שאת מיט א געוואלדיגע התלהבות.
נאך די הקפות ארום 11:45 האט מען געזאגט עלינו, און דער רבי האט געוואונטשען גוט יו"ט פאר יעדן צוזאמען.
ארום 1:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש אין מבצר הכוללים.
מיט הגבהת הכוס איז נתכבד געווארן נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים.
דער רבי האט פארטיילט שריים פון די זיסע מייערן פאר די אויסלענדישע געסט.
מען האט געזינגען ניגונים פון שמחת תורה מיט גרויס שמחה
מיט'ן פיוט האט דער רבי מכבד הרה"ח ר' אפרים פישל קיש - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה,(עס וועט אי"ה שפעטער נאכפאלגן)
מיט'ן בענטשען האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 2:35.
~
'שמיני עצרת בייטאג' ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען,
בעל תפילה צו ברכות און פסוד"ז איז געווען הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו הק' מאנסי.
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
ביי חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו אמירת הלל.
פארן ליינען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון ב"ר הירצקא פריעדמאן ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ביים לייענען איז נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם ווידער.
פסוקי שמע ישראל הרה"ח ר' דוד עקשטיין.
עס האבן עולה געווען:
כהן: הרה"ח ר' אברהם יצחק קאהן - וומ"ס.
לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש.
דער רבי האט געמאכט א מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי:
ר' משה אברהם צוויבל.
ר' שמואל יוסף עקשטיין.
ר' נפתלי זינגער.
ר' יודא הערש גפן.
ר' יואל ברש"א בראך.
הגבה: הרה"ח ר' משה גלאנצער - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' יצחק מיכאל יאקאב - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח הישיש ר' גדלי' יערמיאש - ב"פ.
הגבה: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד.
נאכן ליינען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהען דעם ווייסן דאווענען-בעקיטשע און קיטל, און דערנאך אריינגעקומען צו יזכור.
און ארום 2:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו גשם,
נאך די תפלה לש"ץ האט דער רבי געזאגט אשרי, כמנהג רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און ממשיך מיט קדיש, פאר שטילע שמו"ע האט דער שמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן אויסעגריפן משיב הרוח מוריד הגשם.
פתיחה צו הויכע שמו"ע איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' אברהם בראך מראה"ק הק' וומ"ס.
צו קוה און אנעים זמירות האט דער רבי צוגעשיקט הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד.
פתיחה ביי אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא - מאנסי.
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 3:20.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער צום סוכה הגדולה צו קידוש.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
עס איז געווען אנגעגרייט מזונות און קינדל.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה,(עס וועט אי"ה שפעטער נאכפאלגן)
מען האט געענדיגט ארום 3:50.
ביי די סעודה אינדערהיים האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה,(עס וועט אי"ה שפעטער נאכפאלגן)
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
~
ארום 7:05 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד הגדול אין פאליש.
בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' חיים הערש גאלד - וומ"ס.
נאך מנחה איז דער רבי אריינגעקומען אין די גרויסע סוכה, צום געזעגענען פון די סוכה.
מען האט געזינגען לכבוד יו"ט,
הרה"ח ר' יוסף ווייס מראשי חברא קדישא האט אנגעגאסן וויין, און דער רבי האט געוואונטשען לחיים פאר די חברה קדישא, און פאר'ן גאנצן ציבור.
נאכדעם האט דער רבי געמאכט א ברכה אויף א גאנצן עפל, פאר בין השמשות, און מ'האט געזינגען הגלה נא כנהוג.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, (די פולע דברות קודש וועט אי"ה שפעטער נאכפאלגן).
נאך די תורה האט דער רבי געטיילט שיריים פאר די וואס זענען געזיצן אויבנאן, און געווארפן עפל כנהוג, און געזאגט דעם תפלה צום געזעגענען פון די סוכה,
און דערנאך זיך אויפגעשטעלט און פארגעזאגט לשנה הבאה בירושלים 3 מאל, און ברגש קודש אנגעהויבן צו טאנצן
אויפן וועג ארויס פון די סוכה. און ממשיך געווען מיט די ריקודין אנגעליינט אויף בניו הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אריין אין ביהמ"ד הגדול
און ארומגעטאנצען די ביהמ"ד עטליכע מאל.
און דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און מען האט ממשיך געווען מיט די ריקודין.
ארום 8:25 האט דער רבי געוואונטשען גוט יו"ט אין אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~