שבת קודש פרשת בראשית בצל הקודש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת בראשית בצל הקודש
דעם שבת קודש האט רבינו שליט''א געוויילט אויף אפרוה אין די גלילות פון קרית יואל בבית הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש, ווי עס איז פארגעקומען די תפלות וסעודת שבת קודש אויף א פריוואטע פארנעם.
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה עש"ק אינעם ביהמ''ד אינעם אכסניא מעוטף בטליתו.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' דוד פארקאש.
קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה זלמן האראוויץ.
די סעודת ליל שבת איז געווען אויף א פריוואטע פארנעם.
~
וביום השבת:
שבת אינדערפרי איז דער רבי אריין געקומען צו שחרית ארום 10:10.
ברכות ופסוקי דזמרה: ר' אברהם לייב לאנדא. שחרית: הרה''ח ר' יעקב יחזקי' גאנדל.
מען האט געזאגט הלל הגדול, שירה און הכל יודך פסוק ביי פסוק.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' אברהם יעקב וויינבערגער.
כהן: ר' אליעזר דוד גליק.
לוי: הב' אהרן מאנדל. שלישי: ר' משה מוטצען.
רביעי: ר' גרשון שלעזינגער.
חמישי: הב' הבר מצוה ב''ר יודל היימאן.
שישי: רבינו שליט"א.
שביעי: ר' יושע דוד וואלדמאן.
הוספה: ר' יודל היימאן.
אחרון: דער הויז בחור הב' אלטר ברוך גפן.
מפטיר: ר' אהרן הערש מיטעלמאן.
הגבה: ר' שאול פריעדמאן.
גלילה: ר' יואל ווידער הי"ו.
נאכן ליינען האט דער רבי ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעררות,
מוסף: ר' יודל היימאן.
פתיחה ביי אנעים זמירות: ר' אברהם מאסרי.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
דער רבי איז אריין געקומען צו מנחה און שלו"ס ארום 7:00.
בעל תפלה: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין.
פתיחה: ר' אברהם מאסרי.
כהן: ר' אליעזר דוד גליק.
לוי: הב' אהרן מאנדל.
שלישי: ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש.
גלילה: הב' ב''ר שלום יצחק יאקבאוויטש.
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה: ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש.
שיר המעלות: ר' שלמה זלמן שטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק בראשית ברא אלוקים
ווי דער רבי האט נאכגעזאגט פונעם אגרא דכלא אז עס איז דא א בית רבתי און 'בית רבתי' איז בגי' 'אתרוג לולב הדס ערבה', און אזוי אויך איז בראשית ר"ת ר'צה א'לוקים ב'סוכות ת'שבו ש'בעת י'מים, לכאורה וואס איז די שייכות פון בראשית מיט די ד' מינים און סוכה ?
האט דער רבי נאכגעזאגט א ייטב פנים אז עס איז דא ד' חילוקי כפרה און עס איז דא עטליכע וואס עס ניצט נישט תשובה אליינס נאר מען דארף צוקומען צו יסורים אדער יום המיתה, זאגט דער ייטב פנים אז וויבאלד אידן זענען אייביג גרייט אויף מסירות נפש פאר הקב"ה און וויבאלד מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה איז שוין כאילו עס איז געווען יום המיתה און מען דארף נישט צוקומען צו יסורים און יום המיתה.
האט דער רבי געזאגט אז רש"י זאגט בתחילה עלה במחשבה לבראתו במידת הדין וראה שאין העולם מתקיים והקדים מידת הרחמים ושתפה למידת הדין, אז מתחילה האט הקב"ה געוואלט באשאפן די וועלט מיט מידת הדין אז ווען מען טיט א עבירה זאל מען דארפן צוקומען צו יסורים און יום המיתה, ראה שאין העולם מתקיים שתפה מידת הרחמים אז עס זאל זיין מחשבה טובה מצרפה למעשה און מען זאל אפקומען מיט מסירות נפש.
האט דער רבי נאכגעזאגט אז די ד' מינים איז קעגן די איברים פון א מענטש, און ווען מען מאכט די נענועים און מען איז מוליך ומביא ווייזט מען פאר הקב"ה אז מען גיבט אוועק אלע איברים פאר הקב"ה,
אבער די נועם מגדים זאגט אז מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה זאגט מען נאר אין ארץ ישראל סא וואס איז די עצה אין חוץ לארץ ?
שטייט אין קדושת יו"ט אז די סוכה האט קדושת א"י,
און קען זיין אז פארדעם זאגט די אר"י הקדוש אז מען זאל מאכן די נענועים אין די סוכה לכאורה וואס פאר א שייכות האבן די צוויי מצוות ?
נאר ווען מאכט די נענועים און מען זאגט פאר הקב"ה אז מען איז גרייט אויף מסירות נפש און מיט דעם פטר'ט מען זיך פון יסורים און יום המיתה שטעלט זיך די קשיא אז לכאורה העלפט עס נאר אין א"י ? פארדעם טראגט מען עס אריין אין די סוכה ווייל די סוכה האט קדושת א"י במילא קען מען זיך פטר'ן די יסורים אפי' אין חוץ לארץ,
בראשית ברא אלוקים שטייט אין זוהר הקדוש אז ווען הקב"ה האט געוואלט באשאפן די מענטש האבן די מלאכים געטענ'עט אז עתיד למיחטא קמיך האט הקב"ה זיי געענטפערט עד דאתי עלמא בראתי תשובה, במילא אפי' א מענטש זינדיגט קען ער תשובה טוהן, אבער דאס איז נאר אויב תשובה העלפט אבער אויב דארף מען צוקומען צו יסורים און יום המיתה זענען דאך די מלאכים גערעכט, אויף דעם קומט די רמז 'בראשית ברא אלוקים' וואס אין בראשית איז מרומז די ד' מינים און מצוות סוכה, וואס די ד' מינים ווייזט אויף מסירות נפש און דורך דעם וואס מען מאכט די נענועים 'אין די סוכה' פטר'ט מען זיך מיט תשובה אליינס און מען דארף נישט צוקומען צו יסורים און יום המיתה.
ידיד נפש: ר' אהרן הערש מיטעלמאן.
קל מסתתר: ר' גרשון שלעזינגער.
הגבהת הכוס צו ברכת המזון: ר' ישראל מיטעלמאן.
מעריב: הב' ב''ר גרשון שלעזינגער.
הבדלה האט דער רבי געמאכט פריוואט.
א גוטע וואך
~🌴~