באריכט פון די געהויבענע "צווייטע טעג סוכות" בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית יואל.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
באריכט פון די געהויבענע "צווייטע טעג סוכות" בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית יואל.
– ליל הושענא רבה – אושפיזא דדוד מלכא משיחא.
ארום 9:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו קריאת משנה תורה,
בעל קורא איז געווען הרה"ח ר' שלום יוסף סאמעט.
מען האט געענדיגט ארום 11:40.
און עטליכע מינוט נאכ'ן ליינען איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די גרויסע סוכה.
במשך פונעם טיש זענען געזינגען געווארן ניגוני התעוררות.
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען,
הרה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דקהלתינו בלאמינגראוו.
הרה"ג ר' הירצקא צוויבל שליט"א.
הר"ר זלמן יודא כהנא שליט"א - בית שמש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה,(עס וועט אי"ה שפעטער נאכפאלגן)
מיט'ן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:05.
נאכ'ן טיש איז דער רבי אריינגעקומען צו אמירת ספר תהלים ברוב עם אין ביהמ"ד הגדול.
בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין.
מען האט געענדיגט תהילים ארום 3:15, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
~
הושענא רבה אינדערפרי ארום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, מעוטף מיט'ן טלית און קיטל פון רביה"ק בעל ד"י זי"ע,
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל ברי"ע מארקאוויטש, ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
און לר' וואלף כ"ץ, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ברכות פסוד"ז שחרית און הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען,
דער רבי האט געדאווענט אינעם מחזור פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
נאך הלל און די עבודת הקודש ביי די נענועים, האט דער משב"ק הרה"ח ר' יהושע אראפגענומען די רינגעלעך פונעם לולב.
און דער רבי האט אנגעהויבן די דרשה ארום 1:20, מיט'ן משל המקובל פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע מיט בכיות עצומות.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש זיבן מאל ביז הושענא למען גדלך ותפארתך,
(די תוכן הדברות קודש וועט אי"ה נאכפאלגן אין א עקסטערע באריכט).
ארום 2:45 האט דער רבי געענדיגט די דרשה מיט ברכות לרוב צום נייעם יאר.
און ממשיך געווען מיט די הושענות און די זיבן הקפות, צווישן די הקפות האט הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א געבלאזן די תקיעות, און נאך קדיש האט דער רבי געקלאפט די הושענות 5 מאל און געזאגט דעם יהי רצון.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע ווייס ב"ב.
פסוקי שמע ישראל הרה"ח ר' יצחק דוד יאקאב - ירושלים.
מען האט געזאגט אתה הראית מיט די י"ג מדות און רבוש"ע און שיר למעלות פון עשי"ת, בעל קורא איז געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער,
עס האבן עולה געווען:
כהן: הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן משב"ק.
לוי: הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ ד'קהלתינו מאנטריאל.
שלישי: הר"ר יוסף לייב קאהן.
רביעי: רבינו שליט"א.
און די צענדליגע געסט זענען אדורך גומל בענטשן,
הגבה: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראה"כ בק"י.
גלילה: הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער.
מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א.
די כהנים האבן גע'דוכנ'ט,
תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' וואלף פייערוועקער ב"ב.
מען האט געענדיגט ארום 4:40.
עטליכע מינוט נאכ'ן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש אין די גרויסע סוכה, דער רבי האט איינגעלאדענט די אושפיזין און זיך געוואשן.
אין די זופ איז געליגן קרעפלעך.
מיט'ן פיוט פון תתננו האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' דוד שווארץ.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה,(עס וועט אי"ה שפעטער נאכפאלגן)
און מיט'ן בענטשען הרה"ג ר' עזרא משה כאירא שליט"א - מו"ץ בקהלתינו ב'וומ"ס.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 5:20.
דער רבי איז געגאנגען אין מקוה און אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~