אשרי עין ראתה בשמחת קהלינו, אשרינו שזכינו.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
אשרי עין ראתה בשמחת קהלינו, אשרינו שזכינו.
דיו אילו ימי וואלטן מיר נישט געקענט באשרייבן די לעכטיגע טעג די תפילות אין די טישן די דברות קודש אין די דערהויבענע הקפות וועלכע זענען אריבער בצל הקודש, די שפראך איז צו ארים דאס צו באשרייבן מיט טינט.
אבער צוליב די גרויסע פארלאנג פונעם ציבור וואס לעכצט צו הערן אפילו בלויז די טרוקענע פאקטן, וועלן מיר בע''ה שיקן בקיצור נמרץ - נישט די הרגשים נאר די כיבודים,
די תוכן און די תמצית פון די אריבער צוואנציג! דברות קודש וועלן בע''ה שפעטער נאכפאלגן אין א עקסטערע באריכט.
וחפץ ה' בידינו יצליח, ויה"ר שתתקדש שמים על ידינו.