מוצ"ש ליל ד' דחוה"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מוצ"ש ליל ד' דחוה"מ
אושפיזא דיוסף
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן אין די סוכה הגדולה ארום 11:45.
דער רבי האט געזאגט די סדר אשפוזין, און זיך געוואשן,
נאך די פיש האט מען געזינגען די זמירות פון מוצ"ש.
מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין,
נאך די פלייש האט מען ארויף געגעבן מטעמים לכבוד יום טוב און דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
הר"ר משה גראס שליט"א - אב"ד קערעסטיר מאנסי.
הגה"צ ר משולם נתן שפיגעל שליט"א אב"ד קאלאשין (מאנסי).
הגה"צ דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד שליט"א.
הגה"צ אב"ד טאשנאד מאנסי שליט"א.
הרה"צ ר' ליפא טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ קהלתינו אנטווערפען.
הרה"צ ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א - מאנטשעסטער.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ואלה שמות בני ישראל ווי די מדרש טייטשט אויס די נעמען פון די שבטים אויף די גאולת מצרים און די נאמען פון יוסף אויף די גאולה עתידה, שטעלט זיך די קשיא פארוואס פונקט יוסף ? האט דער רבי נאכגעזאגט א ווארט פונעם רבי ז"ל אין דברי יואל אז יעקב האט זיך פארענטפערט פאר יוסף אז ער האט באערדיגט רחל אינמיטן וועג על פי הדיבור ווייל ביי חורבן ביהמ"ק גייען די יודן דורכגיין רחל אמינו'ס קבר און רחל אמינו וועט מתפלל זיין און באקומען די הבטחה פון 'ושבו בנים לגבולם', שטעלט זיך די קשיא פארוואס פונקט רחל לכאורה איז רחל נאר די מאמע פון צוויי שבטים ? זאגט די רבי ז"ל אז ווייל יוסף האט געשפייזט אלע שבטים ווערן אלע שבטים פארעכענט ווי יוסף הצדיק'ס קינדער במילא איז רחל די מאמע פון גאנץ כלל ישראל, האט דער רבי געזאגט אז דאס איז די סיבה פארוואס יוסף ווערט אנגעריפן אויף די גאולה עתידה ווייל בזכות יוסף ווערט רחל אמינו אנגעריפן די מאמע פון גאנץ כלל ישראל און ווען רחל האט באקומען די הבטחה פון ושבו בנים לגבולם מיינט עס גאנץ כלל ישראל,
דערנאך האט דער רבי געזאגט אז מען זיצט אין די סוכה אלץ א זכר פאר די ענני הכבוד וואס איז געווען ביי יציאת מצרים וואס איז געווען אין זכות פון אלע שבטים, אבער מען זיצט אויך אין די סוכה פאר א זכר פאר די חופה וואס הקב"ה גייט מאכן לעתיד ביי די גאולה עתידה וואס איז אין זכות פון יוסף הצדיק.
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארימע ברכות אז מען זאל בקרוב זוכה זיין צו זיצן אין די סוכת עורו של לויתן בב"א.
ברכת המזון: הגה"צ ר' יוסף רוקח שליט"א - חדב"ן.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
~
'יום ד' דחול המועד'
דער רבי איז אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית ארום 10:05.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' חיים אלי' טייטלבוים.
כהן: הגה"צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב.
לוי: ר' יוסף שלום גליק - ב"ב.
שלישי: הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"צ ר' נתן דוד אשכנזי שליטא מ'סטאניסלאוו מאנסי.
גלילה הרה"ח ר' יצחק דוד יאקאב - ירושלים.
נאכן ליינען האבן די געסט גומל געבענטשט.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~
ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דערנאך זענען די אויסלענדישע געסט אריין לברך ולהתברך.
מעריב איז געווען ארום 8:35.
~🌴~