השלמה פון די לעצטערע טעג בצל הקודש.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
השלמה פון די לעצטערע טעג בצל הקודש.
ליל ב' דחוה''מ
אושפיזא דמשה
ארום 7:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט תפילת מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. און תפילת מעריב ארום 8:30.
ארום 9:10 ווען די רעגן האט נאכגעלאזט האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צום סעודת יו''ט אינעם פריוואטן סוכה בביתו נאוה קודש ווי עס האבן מיטגעגעסן די משמשים בקודש הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש און הרה"ח ר' חיים שלמה פישער,
מען האט געעפענט די טיר פארן בענטשן און דער רבי האט געטיילט שיריים פון די זיסע מייערן פאר די וואס טראגן די נעמען פון די אושפיזא, דערנאך האט דער רבי פארציילט פון דער אלטע היים וויאזוי עס איז געווען די מנהג אין סיגוט לגבי די אושפיזין אז מען האט געשטעלטן טרויבן נאכן דאווענען וכו'.
מען האט געזונגען עטליכע ניגונים לכבוד יום טוב , און דער רבי האט טועם געווען פון א קוגל וואס איינע פון די בעלי אושפיזא האט געברענגט און פארטיילט שיריים , מיטן ברהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה''ח ר' יושע - משב''ק.
דערנאך איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ אב''ד צאנז קר''י, ווי ער האט איינגעלאדענט רבינו שליט"א צום קידוש לרגל הולדת נכדו אצל חתנו הרב חיים מייזליש.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת בית השואבה אין ביהמ''ד הגדול.
מען האט געזינגען ושמחת אין דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, במשך פונעם טיש האבן די משוררים געזינגען נגונים לכבוד יום טוב ושמחת בית השואבה,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען:
נכדו הרב משה מייזליש.
הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
הרה"ח ר' משה יעקב אהרן לעווי.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש. (עס וועט אי"ה שפעטער נאכפאלגן)
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די ריקודין ווי דער רבי האט זיך צוגעקוקט פאר א לענגערע צייט.
דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 12:10.
~
'יום ב' דחול המועד'
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים דוד מאשקאוויטש בביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית ארום 10:10.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל וואלף גראד, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און ביי לבן הנולד לר' יצחק וואלף גרינוואלד, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליב - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא.
שלישי: הב' הבר מצוה בן ר' חיים דוד מאשקאוויטש.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק ברוך ברוין - מאנסי.
גלילה: הר"ר מאיר מאיער - ב"פ.
נאכן ליינען האבן די געסט גומל געבענטשט.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר אלי' גראס שליט"א - מ'בערבעשט.
מען האט געענדיגט ארום 1:00.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' ברוך יודא פרענקעל, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
~🌴~