דינסטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה לוי ברוין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"ח.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון מוסדות אור משה אין ב"פ בנשיאות הגה"צ רבי בנציון שטראסער שליט"א - אבד"ק נייטרא ב"פ,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים אין מסכת קידושין און מען איז אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 4:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת השבע ברכות אינעם זאל בביתו נאוה קודש צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה און עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די עסקנים און חברי וועד המקוואות דקהלתינו הק' ק"י,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה,
במשך די סעודה האבן עטליכע חברי הוועד פארגעלייגט פארשידענע שאלות בעניני מקוואות בהלכה, פראקטיק און היסטאריע,
דער רבי האט געענטפערט בטוב טעם ודעת און אויסגעשמועסט פילע מנהגים פון מקוואות ביי רבותיה"ק זי"ע לבית סיגוט און פארציילט סיפורים איבער די חשיבות פון א מקוה ביי פריערדיגע צדיקים,
במשך די סעודה האבן הרה"ח ר' ישראל אדלער הי"ו און הרה"ח ר' יואל קליין הי"ו פון ארה"ק מהנה געווען בדברי בדחנות און חרוזים לכבוד השמחה,
ארום 6:00 אזייגער איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אנגעקומען צום שבע ברכות,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן,
דערנאך האט דער רבי ארויסבאגלייט ביזן קאר און זיך ווארעם געזעגענט און אנגעוואונטשן מ'זאל קענען אהיימפארן גרינגערהייט בשלום קיין א"י,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט ארום די זאל,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בעניני נשואין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן און מחותנים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר די עסקני המקוה סיי די וואס העלפן ארויס פאר די רוחניות און סיי פאר די וואס העלפן ארויס מיט די גשמיות חלקים און געוואונטשן יהי"ר שלא יצא מכשול מתחת ידיכם און מען זאל ווייטער קענען מרבה זיין טהרה בישראל.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א,
ברכה אחריתא: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 7:00 אזייגער.
נאכן בענטשן איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא גלאנץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך המשפיע הרה"ג ר' יודא דייטש שליט"א מירושלים עיה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געגעבן ספרו לב אהרן - סוגיות און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי שלמה יעקב זידא אייכנשטיין שליט"א - אב"ד גאלאנטא, בן כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט באשיינט די שמחת החתונה פון נכדת אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א, הכלה בת לבנו הגה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד עצי חיים סיגוט מאנסי, עב"ג החתן אברהם שלמה בהר"ר יושע העשיל זילבער שליט"א בן הגה"צ גאב"ד פריימאן שליט"א וחתן הגה"צ רבי מנשה כ"ץ שליט"א - אבד"ק פריימאן.
ארום 12:50 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא צום שמחת החתונה,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר אחיו הגה"צ שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ,
מיט די ברכות ראשונות זענען מכובד געווארן די בני המשפחה און דער רבי האט געזאגט ברכה אחריתא,
דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויסגעריפן רבינו שליט"א צו די ריקודין מיט ווארעמע חרוזים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און מחותן, און דערנאך מיט משפחת אחיו הגה"צ שליט"א,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיט אחיו הגה"צ שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 1:30 און אויפן וועג ארויס אנגעוואונטשן פאר די כלה, און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~