מיטוואך שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך שלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב ב"ר משה וואלף פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם ג'ברא הי"ו און הרה"ח ר' נסים סאאל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"וו שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' שלום יונתן קליין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברצ"א עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 9:15 און נאך מנחה ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יצחק שטראו שליט"א - רב דקהילת תורת חיים בגעיטסהעיד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין געיטסהעיד און איבער די ארטיגע שחיטה,
דערביי האט ער איבערגעגעבן דעם נייעם איבערגעדריקטן סידור חתם סופר וואס זיין טאטע האט איבערגעדריקט און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"א ניימאן הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~