מאנטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ארי' פערל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אליעזר ווייס הי"ו.
ב"ר יואל ברא"ש שווארץ הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק י"א.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריבערגעקומען לביתו נאוה קודש דער לאקאלער קאנגרעסמאן 'פעט רייען' אינאיינעם מיט די הנהלת הקריה אפצונעמען ברכת הקודש אויף זיין שווערע ארבעט לטובת די נייע חינוך געזעץ אין ניו יארק,
מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע מהלכים וואס צו טוהן ווייטער אויב די עדיקעישאן דעפארטמענט וועט ווייטער פרובירן אויסצוניצן די לעכער פונעם געזעץ און ער האט צוגעזאגט צו שטיין ווייטער צו הילף מיט וואס עס וועט אויספעלן,
אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט נאך פארשידענע ענינים בנוגע הילף פאר ק"י, און דער רבי האט אים גאר שטארק באדאנקט אויף זיין הילף און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 6:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 7:15 ביז 10:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ רבי אשר אנשיל יונגרייז שליט"א - אב"ד טשענגער לאנדאן,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאך די שקיעה ארום 8:30 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב בר"א שווארטץ הי"ו און הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמשון אליעזר מארמארשטיין הי"ו און הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א - מו"ץ, אין די זאלן פון גינת קליין.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס, און הרה"ח ר' יצחק מנחם בערגער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות ארום 9:10 איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון שאפינג סענטער ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט הכלה בת לחתנו הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי הלכה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און טועם געווען מזונות און פיש און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א, ובמיוחד פאר ידידו הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן און דערנאך עקסטער מיטן חתן און מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 9:40 און צוריקגעגאנגען לביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ממשיך זיין די זמני כניסה.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה העסקן ר' חנוך זייבארט הי"ו - ראש העיר בני ברק,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטים איבער די מצב המלחמה בארה"ק און די נאכווייען אין די שטאט בני ברק און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה א משלחת רבני בעלזא בשליחות פון האדמו"ר מבעלזא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי נכדתו וועלכע קומט פאר דעם מיטוואך שלח אין ארה"ק, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א און הר"ר יוסף משה פארגעס שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב יוסף מלמד הי"ו און הרה"ח ר' פסח חיים קרעמער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ארום 11:10 איז דער רבי אנגעקומען צום צענטראלן שמחת השבע ברכות אין ביהמ"ד אבני צדק צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בעניני נשואין און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חתן, פאר חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א,
ברכות ראשונות: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
ברכה אחריתא: הגה"צ רבי שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 12:00 אזייגער.
~🌴~