יום הקדוש אינדערפרי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
יום הקדוש אינדערפרי
ארום 8:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד.
הרה"ח ר' יעקב חיים גוטמאן האט געזאגט אנעים זמירות פאר'ן עמוד.
פתיחה: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ - ב"פ.
בעל תפלה ביי פסוקי דזמרה איז געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ.
צו שחרית איז צוגעגאנגען הרב ר' יואל אשכנזי שליט"א בן הגה"צ ר' העניך שליט"א - חדב"ן.
מ'האט געענדיגט שחרית ארום 12:15
מיט הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווען הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א און הר"ר אשר חיים ווייזער.
רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא.
עס האבן עולה געווען:
כהן: הר"ר יואל גלאנץ שליט"א.
לוי: ר' יואל טירנויער.
שלישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב ליבערמאן.
רביעי: הרה"ח ר' יצחק שווארץ.
חמישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ.
שישי האט דער רבי עולה געווען.
דער רבי האט געמאכט א מי שברך לרגל הולדת הבת אצל נכדו הר"ר דוד שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
און ביי ר' מאיר באש.
הגבה: הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה יוסף באש.
מפטיר: הרה"ח ר' פישל ריספלער.
הגבה: הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס. גלילה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 און דאן איז איז געווען פויזע.
ארום 1:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו יזכור.
נאך הזכרות נשמות איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף.
מען האט אנגעהויבן ארום 1:55.
רבינו שליט"א האט שטארק מאריך געווען בתפלת היום, מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש.
די סדר העבודה האט דער רבי געזאגט מיט א געוואלדיגע קאך און ברען ובקול בכי.
מען האט געענדיגט מוסף ארום 6:05.
תיכף נאך מוסף האט מען זיך געשטעלט דאווענען תפילת מנחה.
בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' משולם מרגליות
כהן: הב' ב"ר חיים שאול קאהן לרגל הבר מצוה.
לוי: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער
שלישי האט רבינו שליט"א עולה געווען.
די עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער און מען האט געמאכט א מי שברך.
הגבה הרבני הנגיד אברהם בראך.
גלילה: הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא.
מנחה האט מען געדאווענט שנעל צוליב די שפעטע שעה.
מען האט נישט געזאגט אבינו מלכנו.
מען האט געענדיגט מנחה ארום 6:55.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו נעילה.
מיט פתיחה ביי נעילה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' יצחק קליין.
נאך קדיש האט הרה"ח ר' הירצקא שטיין געבלאזן שופר, מען האט פארענדיגט תפילת נעילה ארום 8:25
דער רבי האט צוגעווארט נאכ'ן ערשטן מנין מעריב, און דערנאך זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יואל וויינבערגער.
מען האט געענדיגט מעריב ארום 8:55
נאך מעריב איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו הבדלה אין היכל תהילות יוסף.
נאך הבדלה האט רבינו שליט"א געמאכט א לחיים און אויסגעפאסט, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן לכל העם הנאספים.
~🌴~
די באריכט פון מוצאי יום טוב וועט בעז"ה נאכפאלגן