ליל כל נדרי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
ליל כל נדרי
בערך 7:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף אינעם טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
דער רבי איז ארויפגעגאנגען צום ארון הקודש און געזאגט א שטילע תפלה פאר עטליכע מינוט, און דערנאך אנגעהויבן די דרשה מיט'ן פסוק כי ביום הזה יכפר.
די פולע כל נדרי דרשה וועט בעז"ה נאכפאלגן.
ביים זמן צאת הכוכבים האט דער רבי געזאגט ווידוי.
דערנאך האט הרה"ח ר' הירצקא שטיין ארויסגענומען די ספר תורה און איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן, און דער רבי האט משמיע געווען דברי התעוררות מפייס צו זיין די תורה הקדושה.
נאך די דרשה האט דער רבי פארגעזאגט אור זרוע, און פלגי מים, דריי מאל, און ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד מיטן ספר תורה ווי דער ציבור האט מפייס געווען די תורה הק' כנהוג,
במשכ'ן ארום גיין אין ביהמ ד האט דער רבי נאך דריי מאל געזאגט די פסוקים.
ביים צוריקקומען צום עמוד האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און געזאגט קם רבי שמעון, דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין אנגעהויבן "כל נדרי".
די ספרי תורה האבן געהאלטן הר"ר ירמי' טייטלבוים שליט"א און הרה"ג ר' זושא געלב שליט"א - מו"ץ.
מיט די פתיחות ביים דאווענען זענען נתכבד געווארן.
הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן - משב"ק.
הר"ר אברהם חיים מאטצען.
הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש.
הר"ר אלי' דוד גרינפעלד.
הר"ר יואל שווארץ - מו"ץ.
צו אדון עולם און צו די קאפיטלעך תהלים איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער.
מיט די שיר היחוד זענען נתכבד געווארן חשובי וזקני העדה.
שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגען הרה"ג רבי לייבוש וויינפעלד.
מ'האט געענדיגט דאווענען ארום 11:40
דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געווינטשן א גוט יו"ט פארן גאנצן ציבור בצהלת פניו.
~🌴~