"ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
"ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש"
מוצאי יום הקדוש תשפ''ב
נאך הבדלה איז דער רבי אריבער אויף ביקור חולים ביי הרה"ח ר' אפרים ראזענפעלד.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין בית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג ארום 11:30
נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן "א גוט געבענטשט יאר א שנה טובה ומבורכת"
מיט המבדיל האט דער רבי מכבד געווען הר"ר הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויף די פיוט פון המבדיל בין קודש לחול 'זרענו וכספינו ירבה כחול', ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אז לכאורה די רמב"ם פסק'ענט אז ווען איינער זאגט צו א דבר שאין לא קצבה איז מען עס נישט מחיוב עס צו געבן, און 'ירבה כחול' איז א דבר שאין לא קצבה, האט דער רבי נאכגעזאגט א דברי יואל אז די גמרא זאגט אז גלוי וידוע שאין בדורו של ר' מאיר כמותו ומפני מה לא קבעו הלכה כמותו מפני שלא ירד חביריו לסוף דעתו של ר' מאיר, זאגט דער רבי ז"ל אז אין הימל פסק'ענט מען יא ווי ר' מאיר, האט דער רבי נאכגעזאגט א חת"ס אז יוה"כ איז קעגן יעקב אבינו וואס צורתו חקוקה תחת כסא הכבוד און יעקב אבינו טראגט ארויף די תשובה ביזן כסא הכבוד,
און ביי די בכורה זעט מען אז יעקב אבינו פסק'ענט ווי ר' מאיר אז אדם מקנה דבר שלא בא לעולם, און די כתב סופר זאגט אז לויט ר' מאיר קען מען אויך מקנה זיין א דבר שאין לא קצוב,
במילא יום הקדוש וואס איז אנטקעגן יעקב אבינו וואס צורתו חקוקה תחת כסא הכבוד און ביים כסא הכבוד פסקענט מען ווי ר' מאיר קען זיין "זרעינו וכספינו ירבה כחול"
דער רבי האט צוגעענדיגט אז יודן האבן געפאסט יוה"כ און מען האט נאך צוגעלייגט תוספות יוה"כ במילא וועט אראפקומען תוספות השפעות און דער רבי האט אנגעווינטשן אז מען זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס און עס זאל זיין "זרעינו וכספינו ירבה כחול" און מען זאל געהאלפן ווערן בכל מילי דמיטב בב"א.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מען האט פארענדיגט די טיש ארום 12:50 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
''אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלקיו''
~🌴~