יום הקדוש שנת תשפ"ב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
יום הקדוש שנת תשפ"ב
בצל הקודש
ערב יום הקדוש אינדערפרי בערך 5:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל צו סליחות,
בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יושע טעללער.
מ'האט געענדיגט סליחות בערך 6:15
נאך סליחות איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט מקיים געווען די מנהג כפרות.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער געפארן צום בית השחיטה.
ארום 6:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום בית השחיטה המהודרת ק"י, ביים אנקומען האט רבינו שליט"א בודק געווען דער חלף מיט וועלכע דער שוחט האט גע'שחט'ן דער רבינ'ס הינדל, אלס שוחט האט געדינט הרה"ח ר' יואל הלוי ווערצבערגער.
דערנאך האט דער רבי געזאגט דער לשם יחוד און די ברכה פון על כיסוי הדם און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם.
דערנאך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון די אנדערע שוחטים און ארום געגאנגען אויף א קורצע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, ביז ארום 7:10.
דערנאך איז דער רבי אריבער געגאנגען מנחם אבל זיין ביי הרח''ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי''ו על פטירת אמו ע''ה.
ארום 7:40 האט זיך רבינו שליט"א ארויס געלאזט אויפן וועג קיין וויליאמסבורג לקראת יום הקדוש בקרב קהלתינו הק' אין וומ"ס.
ארום 9:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר ... שטערן.
נאכן דאווענען איז ר' שלמה ווערצבערגער - משמש אריין צום רבי'ן בחדרו הפרטי און געגעבן לעקעך כנהוג בערב יום הקדוש.
ארום 1:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום אין היכל תהילות יוסף.
דער רבי האט זיך געוואשן, איינגעטונקען די פרוסת המוציא אין זאלץ און האניג, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט די עריכת השלחן.
ביי די פלייש האט דער רבי געגעסן פון די הינדל מיט וועלכע דער רבי האט מקיים געווען דער מנהג כפרות, כשר געמאכט דורך הרה"ח נפתלי משה ווייס הי"ו.
דער פיוט "ירצה" האט רבינו שליט"א פארגעזונגען מיט גרויס התעוררות ובקול בכי,
מ'האט עס געזינגען מיט די ניגון פון אהבה רבה פון הרה"ק דער רבי ר' הערש זי"ע.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה.
די תורה וועט בעז"ה נאכפאלגן.
מיט'ן בענטשען האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ.
מ'האט גענדיגט דעם טיש ארום 3:00.
דערנאך איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער ציבור איז אריבער לברך ולהתברך פאר בערך א האלבע שעה.
נאך די מקוה ארום 4:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און אנגעצינדן די גרויסע יו"כ ליכט ביים עמוד.
בעל תפלה צו מנחה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש ניימאן.
אין שטוב האט זיך דער רבי געוואשן צו סעודת המפסקת, און ביים זמן הדלקת הנרות איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לעת כניסת היום.
פאר'ן גיין אין ביהמ"ד האט דער רבי אנגעוואונטשען אלע וואס זענען אריינגעשריבן אין ספר הזכרונות.
~🌴~