פרייטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג אמור=
~ל"ג בעומר~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק אהרן ניישטאדט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
נאכן דאווענען ארום 12:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים ברוב עם אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט דברי דרוש במשנתו של רבי שמעון בר יוחאי.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ובני ישראל יוצאים ביד רמה, וואס די תרגום טייטשט בריש גלי, שטייט אין דגל אז בריש איז ראשי תיבות רבי שמעון בן יוחאי, און מ'איז ארויסגעגאנגען פון מצרים בזכות פון ר' שמעון.
און אויסגעטייטשט אז ר' שמעון האלט ו' לחלק יצא, דעריבער מיינט ועבדים ועינו אותם ארבע מאות שנה אדער ארבעט, אדער קישו השעבוד, האט די קישו השעבוד משלים געווען, דאס הייסט אז מען איז ארויס פון מצרים אין זכות פון ר' שמעון.
ויהי אור איז אורו של משיח איז דא א מדרש ויהי אור מיינט מען ר' שמעון בן יוחאי, קען זיין לויט ר' שמעון דארף מען שוין נישט אז שאר גליות זאלן משלים זיין ווייל די קישו השעבוד האט שוין משלים געווען.
דער רבי האט ממשיך געווען איבער די קדושת היום, ל''ג בעומר יומא דהילולא פונעם תנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, אידן פרייען זיך בשמחה פון ר' שמעון, און דערציילט ווי נעכטן זענען זיך צאמגעקומען אלפי ישראל, און מ'זעהט ווי ס'פלאקערט אין יעדער איד די אור פון ר' שמעון בן יוחאי, יעדער ברענט אין פרייט זיך מיט די שמחה, דער אייבערשטער זאלן העלפן מ'זאל טאקע קענען זיך מיטפרייען,
דער רבי האט פארענדיגט אז עס איז היינט ל''ג בעומר, און יעדע בחור דארף זען עוסק צו זיין אין דעם טאג אין די מימרות פון ר' שמעון, עס זענען דא אסאך מימרות בתורות הנסתר, אבער ס'איז אויך דא אסאך בתורת הנגלה, און יעדער זאל זען זיך מקשר צו זיין צו רבי שמעון דורך לערנען עפעס פון ר' שמעון.
דער רבי האט מסיים געווען תורתו מגן לנו הוא ימליץ טוב בעדינו און מען זאל שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מיט די זמירות פון בר יוחאי און ואמרתם האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק',
אמר רבי עקיבא: הב' שמואל מאיר ב"ר יקותיאל יצחק עהרנטאל הי"ו - ירושלים.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
ארום 1:10 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאל פון כינור דוד צום עריכת שלחן הטהור לכבוד ל"ג בעומר אינאיינעם מיט די קרוב צו דריי הונדערט בחורי חמד חברי חבורת ותלמידו בידו שע"י ישיבות קטנות פון איבער גרעיטער ניו יארק, וועלכע חזר'ן איבער די לימודים פון די פארגאנגענע יארן.
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה, און אויפגעריסן די חלה כנהוג אום ערב שבת,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזויווי יו"ט,
מיטן אנצינדן די נירות לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי איז מכובד געווארן הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים ק"י.
במשך די טיש האט מען געזינגן ווארימע ניגונים לכבוד היום.
נאך די פלייש האט מען געזינגן די זמירות, בר יוחאי, ואמרתם, און אמר רבי עקיבא, און דערנאך ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן ברשפי אש קודש פאר לענגערע מינוטן.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש במשנתו פון התנא אלוקי רבי שמעון בן יוחאי.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק בראשית ברא אלקים, בשביל התורה שנקרא ראשית,
בראשית איז ראשי תיבות אור תורת ר' שמעון בר יוחאי,
און אויסגעטייטשט אז דורך תשובה קען מען אלעס פאררעכטן, אבער מ'דארף האבן סייעתא דשמיא צו קענען תשובה טוהן.
און נאר דורך תורה קען מען צוקומען צו תשובה, וויאזוי האט רבינו הק' האט גענומען די היתר אפצושרייבן די תורה שבעל פה פון רבי שמעון בן יוחאי וואס האט די טאג פון זיין הסתלקות מגלה געווען זאכן פון תורת הנסתר און געהייסן אפשרייבן כדי ס'זאל נישט פארגעסן ווערן, און דערפון האט רבי גענומען אז מען מעג אויך אראפשרייבן די תורה שבע"פ,
פארדעם זאגט ר' שמעון ח''ו שתשתכח תורה מישראל,
דאס איז בראשית ברא אלקים, בשביל התורה שנקרא ראשית, אבער וויאזוי האט זיך די תורה געהאלטן ביי כלל ישראל און נישט פארגעסן געווארן? דאס איז דורך אור תורות ר' שמעון בן יוחאי ווייל נאר דורך אים האט מען אפגעשריבן תורה שבעל פה און וועגן דעם קען מען לערנען און דורך דעם תשובה טוהן פארדעם האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה פון ל''ג בעומר אז וועגן די היינטיגע טאג האט מען די תורה שבעל פה.
דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח די בחורים וואס לערנען און חזר'ן די תורה שבעל פה, מען באפלייסיגט זיך און מען חזר'ט איבער וואס מ'האט געלערנט, און מ'קומט אן גאר אסאך, איז גאר פאסיג צו מאכן א מסיבה זיך פרייען מיט די בחורים וואס לערנען און חזר'ן תורה שבעל פה אום ל"ג בעומר, וואס נאר אדאנק ר' שמעון איז עס געבליבען אפגעשריבן.
און דער רבי האט גאר שטארק מחזק געווען מען זאל ווייטער אנגיין לערנען און חזר'ן, ווייל נאר אזוי ווערט מען א תלמוד חכם.
דער רבי האט פארענדיגט בברכת הקודש אז די זכות פונעם הייליגן תנא ר' שמעון זאל מגין זיין אויף אלע בחורים, און מסיים געווען בברכת הקודש.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יוסף פריעדמאן שליט"א - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 2:45.
~🌴~