שבת קודש פרשת אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת אמור=
ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו - וומ''ס.
מען האט געענדיגט ארום 10:10
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו - מאנטשעסטער.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען: הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו.
מנוחה ושמחה: הר''ר מיכל ניימאן שליט"א - וומ''ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ולחם וקלי וכרמל לא תאכלו עד עצם היום הזה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שלא כדרך אכילה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' משה רוזנאי הי"ו - בית שמש.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט''א חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה''ק רבי ר' מענדל'ע מרימנוב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק י"ט אייר.
קה רבון עלם: הרה''ג ר' מענדל מאיר מיטטעלמאן שליט''א - מו''ץ בקהילתינו וומ''ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
דערנאך איז פארגעקומען די שלום זכור פון נכד רבינו הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט''א חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און ביר, דער רבי האט טועם געווען און אנגעוואונטשן פאר נכדו הרב דוד אלימלך שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
אז ביום השביעי: הרב דוד אלימלך האלבערשטאם שליט''א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:40.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר''ר מיכל ניימאן שליט''א.
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יושע ניימאן הי"ו - וומ''ס.
פסוקי שמע ישראל: הרב חיים נחום לייפער שליט''א - רב דביהמ''ד קדושת צבי וומ''ס.
כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פרידמאן הי"ו.
לוי: הרה''ח ר' הערש אלימלך ווערצבערגער הי"ו - מאנסי.
שלישי: הרה''ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו.
רביעי: ר' משה חיים גפן הי"ו, דער רבי האט קורא שם לרגל הולדות בתו למז''ט.
חמישי: ר' מענדל מאיר שווארץ הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדות בתו למז''ט.
שביעי: ר' בצלאל פערל הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הוספה: ר' יעקב משה פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדות בתו למז''ט.
אחרון: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' מאיר באש הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט''א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל ראטבארד הי"ו - מאנסי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:40
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל שמואל מרדכי ברוין הי"ו - ב"פ.
כהן: הרה"ח ר'זושא רובין הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו - לאנדאן.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וספרתם לכם ממחרת השבת' און ארויסגעברענגט אז מ'דארף אלעמאל מתפלל זיין אויף הצלחה ברוחניות, סיי ווען עס שיינט די זון און סאיז לעכטיג און סיי ווען עס איז פארטונקלט,
די ימי הספירה איז צוטיילט אין דריי, די ערשטע חלק איז ווען מען איז מצליח, די צווייטע חלק איז ווען עס איז פארוואלקנט און מ'דארף זיך מחזק זיין נישט אריינצופאלן אין יאוש, און די דריטע חלק איז ווען עס איז אינגאנצן חשכות, און דעמאלטס העלפט אויך תפילה צום אייבערשטן.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער הי"ו - לאנדאן.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז צוגעגאנגן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:00.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים וועלכע האבן אהערגעשטעלט די גרויסע מעמד ההדלקה און דער רבי האט געוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע וואך.
~🌴~