דאנערשטאג אמור
באריכטן ·
🌴 בצל הקודש 🌴
=דאנערשטאג אמור=
ביים אנקומען אין ביהמ"ד הגדול האט שלום גענומען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א וואס האט זיך צוריקגעקערט נאכן וויילן אויף אפרוה די פארגאנגענע וואכן.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב',
דער רבי האט ארומגערעדט מיט גרויס ווייטאג איבער די שרעקליכע רדיפות קעגן די מוהלים דורך די רעגירונג אין שטאט אנטווערפען יצ"ו, און ארויסגעברענגט די סכנה וואס הערשט חלילה צו פארבאטן די מצות מילה, און דער רבי האט אויסגערופן באש קודש פאר די תושבי אנטווערפן "חזקו ואמצו צו שטיין מיט מסירות נפש און מקיים זיין מצות מילה אזויווי מען האט מקיים געווען מצות מילה עד היום הזה" און גערופן אויף די רעגירונג אין אנטווערפען נישט גוזר צו זיין גזירות אויף די הייליגע טייערע מצוה, ווייל כלל ישראל וועט זיך מוסר נפש זיין פאר די מצוה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם נייעם מקוה טהרה וואס מען גרייט זיך צו באנייען אין די קומענדיגע וואכן, אינאיינעם מיט הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי''ו - מאנטריאל, מגדולי נדבני המקוה,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע שטאקן און אפטיילונגען פונעם בנין און צוגעוויזן פאר ר' חיים הערש די פילע חומרות והידורים,
דערנאך האט דער רבי אנגעווינטשן ברכת קדשו פאר ר' חיים הערש און פאר די הנהלת המקוה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:00 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ל"ג בעומר=
ארום 8:30 איז דער רבי אנגעקומען אויפן שטח הענקי שעל יד בית מדרשינו הגדול צום מעמד ההדלקה רבתי לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי במקהלות רבבות אלפי ישראל,
דער רבי איז ארויף אויפן בימת הכבוד, און זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, און הגאון רבי צבי פריעדמאן שליט"א - גאב"ד מסורת ונשיא מוסדות דרכי שמואל עטה''ק מארה"ק, און מיט די פילע רבנים הגאונים שליט"א,
דער רבי האט זיך אראפגעזעצט און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות,
ארום 9:00 האט דער רבי אנגעהויבן די פלאמפייערדיגע דברות קודש,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק בראשית ברא אלוקים און נאכגעזאגט די רש"י בשביל ישראל שנקראו ראשית און נאכגעזאגט די אגרא דכלה אז בראשית איז ר"ת אור תור ת רבי שמעון בר יוחאי,
שטייט אין אוהחה"ק ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום, די הלכה איז אז די אותיות וואס זענען דבוק אינעם שם האבן אויך די קדושת השם און מען טאר עס נישט פארמעקן, דעריבער ווען מען איז דבוק בה' האט מען א קיום צוליב די איסור מחיקות השם, דערנאך האט דער רבי נאכגגעזאגט די זוהר הק' "את פני האדון ה' דא רשב"י", אז דורכדעם וואס רבי שמעון דרש'נט די את, רעכנט מען אויך די אותיות הטפל להשם, און דורכדעם האט גאנץ כלל ישראל א קיום אפילו די וואס זענען נישט קדושים בקדושת שם הוי', נאר אויך אפילו די וואס זענען פשוטי עם וואס זענען בקדושת אלוקים, אבער זענען דבוק בהשם,
האט דער רבי געטייטשט כי ה' אלוקיך אש אוכלה היא, דאס קומט צו לערנען אז אפילו די וואס זענען נאר דבוק און די שם אלוקיך זענען אויך בבחינת אש, און דערפאר צינדט מען א מדורה של אש לכבוד התנא אלוקי רשב"י וואס ער דרש'נט די את,
און נאכגעזאגט דעם חתם סופר אז ל"ג בעומר איז בגי' אש להבה ווייל דורך רשב"י זענען אפילו די פשוטי עם דבוק אין השי"ת.
דער קדושות לוי טייטשט ומראה כבוד ה' כאש אוכלה, אז א מענטש וויל זעהן אויב השי"ת האט הנאה פון זיינע מצוות זאל ער קוקן אויב ער טוט עס מיט א חמימות, מיט א פלאם,
און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה און עת רצון אינעם יומא דהילולא פון רשב"י אז מען זאל קענען לערנען און טוהן דעם רצון ה' מיט א פלאם פייער,
דער רבי האט נאכגעזאגט די קדושת יו"ט אז די גאנצע ענין פון הקב"ה גוזר וצדיק מבטל איז נאר דורך דרש'ען את ה' אלוקיך תירא לרבות תלמידי חכמים, און הקב"ה איז שומר משמרתו של תורה, איז דאך זיכער אז ר' שמעון האט א כח אויסצו'פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער בבחינת צדיק גוזר והקב"ה מקיים, הקב"ה גוזר וצדיק מבטל, און אויסגעפירט אז אינז זענען זיך מצטרף צו די אידן און די תפילות אין אתרא קדישא מירון און מיר בעטן יעלה תחנינו מערב, אונזערע תפילות וואס מיר זענען דא מתפלל אויפדערנאכט זאלן ארויפגיין אין הימל, און דער רבי האט בקול חנוק מדמעות אויסגערעכנט די תפילות פאר חשוכי בנים, מחוסרי פרנסה, חולי ישראל בגוף ובנפש, פארלוירענע נשמות ברוחניות, שידוכים וזיוגים הגונים, נחת פון די קינדער, און אלע אנדערע לבבות נשברות, דער הייליגער תנא ווייסט א יעדעמ'ס בקשה זאל ער איינרייסן ביי הקב"ה און ארויפטראגן אלע בקשות און תפילות פארן הייליגן באשעפער, און אלע אידן זאלן געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות, יעדער איינער די מחסורו אשר יחסר לו, פאר יעדעם איינעם וואס אים פעלט בכלליות ובפרטיות,
דער רבי האט פארענדיגט בבכי ותחנון אז כלל ישראל איז מצפים לישועה צו ביאת גואל צדק, עס איז איז שוין תשפ"ה, ווי לאנג נאך וועט כלל ישראל זיין אינעם לאנגן ביטערן גלות, זאל דער הייליגער תנא מעורר רחמי שמים זיין אויף די גאולה שלימה עס זאל זיין במהרה, און אויסנוצן די כח פון צדיקים צו פועל'ן ישועות פאר גאנץ כלל ישראל, און מען זאל שוין זוכה זיין צו אורו של משיח במהרה אמן.
דערנאך האט מען געזינגן לענגערע ניגוני התעוררות ווי דער רבי האט מוריד געווען נחלי דמעות.
ביים זמן רבינו תם האט מען אנגעצינדן די מוזיק און פארגעזעצט מיט די ניגוני התעוררות,
נאך א שטיק צייט האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב ברוב עם,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן פינעף אויל לעכט כנהוג,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א - רב דביהמ"ד כולל ערב שבת,
נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגן צום מדורה און ארויף אויפן ספעציעלען פלאטפארמע ווי מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דערנאך האבן די נדבני ההדלקה איבערגעבען זילבערנע קריגלעך מיט אויל פאר רבינו שליט"א, און דער רבי האט געגאסן די אויל אויפן מדורה, דערנאך האט הר"ר חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א די פאקל מיט וואס דער רבי האט אנגעצינדן די הדלקה,
נאכן אנצינדן האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ בהתלהבות אש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, און געהויבן דעם ציבור זקנים עם נערים פאר א לענגערע צייט,
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף אויפן בימת הכבוד און מען האט געזינגן די זמירות פון בר יוחאי, ואמרתם כה לחי, אמר רבי עקיבא, און דערנאך ווייטער פארגעזעצט מיט ניגוני שמחה פאר א לענגערע צייט.
דערנאך איז פארגעקומען די חאלאקע פון א אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, דער רבי האט געשניטן עטליכע האר, אנגעטון די קאפל און ציצית, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן אבי הבן, און פאר כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א,
ווי אויך איז פארגעקומען די חאלאקע פאר אן אור אייניקל פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן דער דיין.
דערנאך זענען פארגעקומען די חאלאקעס פאר די צענדליגע קינדער, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און אנגעוואונטשן פאר די עלטערן און זיידעס און פארטיילט ממתקים פאר די קינדער.
ארום 11:50 האט דער רבי פארלאזט די מעמד, און געוויזן פארן ציבור צו ממשיך זיין מיט די ריקודין.
"אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי"
~🌴~