דינסטאג אמור
באריכטן ·
🌴 בצל הקודש 🌴
=דינסטאג אמור=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג',
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ח'.
אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 7:00 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין וויליאמסבורג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
פארן ארויספארן האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת שטוהל ע"פ אביהם הרה"ח ר' בערל ע"ה.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:15 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז ארום 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין די תלמידי התלמוד תורה כתה ט' וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' דעם פארלאפענעם פורים העעל"ט און דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די קינדער.
אויך איז אריין בקודש פנימה די ראשי ועסקני קהילתינו הק' לינדען אין שפיץ פון הגה"צ רב דקהילתינו לינדען שליט"א און הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א מו"ץ בקהילתינו, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די התחלת הבני' פון די מקוה טהרה פאר קהילתינו הק' נאכן ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן די וואך, און דער רבי האט באטראכט די פראכטפולע סקיצעס און פלענער פונעם מקוה,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה דקהילתינו ומוסדותינו אין שטאט, וואו מען גרייט זיך צווישן אנדערן צו עפענען א כתה ו' אינערהאלב מוסדותינו הק' צום פרישן לערן יאר, און רבינו שליט"א האט געהערט א באריכט איבער די פארשריט פון די בוי ארבעט ביים נייעם ביהמ"ד דקהלתינו הק' אין שטאט, און איבער די בלי און וואוקס פון אנ"ש אין שטאט,
דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים און ראשי הנהלת המקוה מוה"ר אברהם הערש טייטלבוים הי"ו, מוה"ר יצחק מרדכי זינגער הי"ו, מוה"ר דוד פריינד הי"ו.
ווי אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר חיים דוד צוויבל - מראשי אגודת ישראל דאמעריקע, אינאיינעם מיט העסקן שמואל (סעם) סוטאן וועלכער לויפט פארן סטעיט סענאט זיץ אין בארא פארק צו ערזעצן דער געוועזענער סטעיט סענאטאר ר' שמחה פעלדער הי"ו, אפצונעמען ברכת הקודש לרגל די וואלן קומענדיגע דינסטאג,
דערביי האט העסקן ר' חיים דוד זיך גאר שטארק באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן שטיין בראש המערכה למען הצלת החינוך אין ניו יארק, און פארן אהערשטעלן די נייע געזעץ לטובת עתיד החינוך וועלכע איז אדורכגעפירט געווארן אין אלבאני.
עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער פילצאליגע ענינים לטובת הכלל פאר א לענגערע צייט, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר די עסקנים.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ביים אנקומען אין קרית יואל ארום 1:45 האט דער רבי מקיים געווען מצות שילוח הקן אין חצר פון ר' שמשון מיטטעלמאן הי"ו.
א גוטע נאכט.
~🌴~