מאנטאג אמור
באריכטן ·
🌴 בצל הקודש 🌴
=מאנטאג אמור=
~פסח שני~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא מאשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק,
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום גרינוואלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק,
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום פראנקעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם יעקב צבי דרוממער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 4:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו וואו עס איז פארגעקומען דעם מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין אדיר ומפואר דקהילתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק אינאיינעם מיטן עריכת שלחן הטהור לכבוד פסח שני,
ביים מעמד זענען געלאדענט געווארן די נגידים חשובים בוני הבנין שיחי' וועלכע האבן מנדב געווען דעם ריזן סכום פון א מיליאן דאלער און העכער לטובת הבנין.
ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט געדאווענט מנחה.
נאך מנחה האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה,
מהאט אויפגעגעבן די מאכלים אזויווי יו"ט, ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה, און נאך די פלייש האט מען אויפגעגעבן מצה כרעמזלעך כנהוג אום פסח שני און דער רבי האט פארטיילט שיריים פארן גאנצן ציבור.
במשך די סעודה האט מען געזינגן ניגוני יו"ט פסח ועוד.
עס האבן אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק דקהילתינו וומ"ס ויו"ר ועד קרן הבנין, און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די נדבנים האבן צו קענען העלפן די מוסדות וואס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט אליינס אויפגעשטעלט, און דערנאך אויפגערופן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו וועלכע שטייט בראש פונעם גאנצן פראיעקט צו קומען רעדן,
ר' עקיבא הערש האט איבערגעגעבן א לענגערע באריכט פון אלע פרטים פונעם פראיעקט, וויפיל מהאט שוין געבויט ביז היינט, און געזאגט אז מהאפט ביז א יאר זאל שוין שטיין די גאנצע סטרוקטור בנין.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בעל אכסניא הרבני הנגיד ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו און ארויסגעברענגט די זכי' צו קענען זיין די אכסניא פאר אזא הייליגע מעמד, און ארומגערעדט די וויכטיגקייט פון העלפן אזא ריזן פראיעקט.
דערנאך האט מען געהערט פון הרה"ח ר' ישראל אדלער הי"ו מארה"ק פאסיגע חרוזים לכבוד המאורע.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן מדרש אכילת הפסח עומדם להם בימי המן לבטל הגזירה פון להשמיד להרוג ולאבד, ווייל עס שטייט ביי פסח ואכלו את הבשר בלילה הזה און ביי המן שטייט בלילה הזה נדדה, און דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אז צדיקים דרייען איבער שלעכטס צו גוטס דורך די חילוף האותיות ווי נגע צו ענג, פסח איז טייטש איבערהיפן, דורך פסח קען מען ארום רוקן די אותיות, דאס איז פשט מה העבודה הזאת לכם, וויאזוי מאכט מען פון כלם לכם? ואמרתם זבח פסח הוא לה', דורך די קרבן פסח, און דאס איז אויך געווען ביי די נס פורים אז מען האט אויסגעדרייט פון רעב און מות און געמאכט מעות רב.
דער רבי ארויסגעברענגט אז מען איז זיך צוזאמען געקומען אויפצושטעלן א בנין אדיר ומפואר אום פסח שני, וואס וועט ענטהאלטן אין זיך א ביהמ"ד, א מקוה, א תלמוד תורה, א ישיבה קטנה, א כולל, וואס בעצם וואלט מען געדארפט שאפן געלט פאר יעדע דערפון פאר זיך, אבער דאס גייט זיין א כרכא דכולא ביה און א בנין אדיר ומפואר בכמות ובאיכות, א בנין פאר זקנים עם נערים, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' פאר די נדבנים פון חוץ לארץ וואס האבן די זכי' עס אויפצובויען אין ירושלים עיה"ק פאר אחים לדעה וואס האלטן זיך אפגעזונדער פון די ציוני'סטישע שטראם אזויווי רביה"ק זי"ע האט געוואלט, און די ערשטע פלאץ וואו דער רבי זי"ע האט אויפגעשטעלט א מוסד יטב לב איז געווען אין ירושלים עיה"ק, און דאס איז אים א געוואלדיגע נחת רוח.
דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח דעם בעל אכסניא הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו, וואס איז יעצט מחנך זיין נייע הויז מיט א מסיבה לטובת ירושלים עיה"ק, וואס ער האט פריער דערמאנט אז אין די הויז האט געוואוינט זיין שווער ר' ישראל דוד ווייס, וואס ער האט זיך כידוע אוועקגעבן בלב ובנפש פאר מוסדת יטב לב יהא זכרו ברוך און די זכותים וועלן אוודאי ביישטיין פארן בעל אכסניא.
דערנאך האט דער רבי אדרעסירט די מצב פונעם גזירת החינוך אין ניו יארק.
דער רבי האט נאכגעזאגט פון ספרים אז פסח איז פה סח אז די מויל זאל רעדן, פסח זאגט מען הלל, מען טוט דאנקן השי"ת, הלל מיט פסח גייען צוזאמען, און ארויסגעברענגט די שבח והודאה וואס מען האט צו השי"ת פאר די חסדי ה'
וואס דער אויבערשטער האט געהאלפן פאר אלע אידן אין גאנץ ניו יארק. און לענגערע צייט ארויסגעברענגט די אלע פרטים פון די ביטערע גזירה, און וויאזוי מען איז שוין געשטאנען ביי א מצב אז די רעגירונג האט שוין רח"ל געווארלט אפשפארן עטליכע היימישע מוסדות, אריין גערעכנט מוסדותינו הק' אין בארא פארק, און עס האט געהערשט א געוואלדיגע גרויסע סכנה אויפן עתיד החינוך.
שוין יארן צוריק האט מען געזען אז די רעגירונג וויל נישט אראפקריכן פון בוים, נאר זיי פארשארפן די גזירה ווי מער, און מען האט שוין עטליכע יאר צוריק ווען מען האט זיך געגרייט צו די וואלן פאר גאווערנער האט זיך דער רבי געטראפן מיט די גאווערנער, און זיך געבעטן זי זאל זען אפצושטעלן די גזירה. דער רבי האט באריכות מסביר געווען וויאזוי די סדר פון מאכן א געזעץ אין ניו יארק ארבעט, און אז עס איז זייער גרינג פאר א פאליטיקאנט צוצוזאגן, אבער מען האט געדארפט זיכער מאכן אז מען בעט א זאך וואס זי קען טאקע מסדר זיין.
דער רבי האט דערמאנט לשבח הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו וואס האט במשך די לעצטע פאר יאר אריין געלייגט א שווערע עבודה מיט אסאך געלט, און דערמאנט לשבח הרה"ח ר' יושע עסטרייכער הי"ו, וועלכער קען זיך גוט אויס אין אלבאני, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין הי"ו וועלכער האט אויסגענוצט די פאליטישע קשרים אין אלבאני עס אהער צו שטעלן.
דער רבי האט באזונדער ארויסגעברענגט ווי אזוי די קעגנערס פון אונזער חינוך האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל קעגן די געזעץ, אבער בסייעתא דשמיא האט דער אויבערשטער געהאלפן און מען האט משנה געווען דעם געזעץ לטובה, אזוי אז יעצט זעט אויס די געזעץ אויף אונזער זייט, און כאטש מען קען נישט וויסן וואס עס גייט זיין ווייל די רעגירונג גייט פראבירן צו זוכן לעכער און אויסטייטשן די געזעץ פארקערט, און עס קען נאך אנקומען אין געריכט.
מען דארף דאנקען השי"ת אויפן עבר, און בעטן השי"ת אויף ווייטער, און באזונדער דערמאנט לשבח הרה"ח בנש"ק ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו, און הרה"ח ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו, די היימישע אסעמבלילייט וועלכע האבן שטארק ארויסגעהאלפן.
דער רבי האט פארענדיגט אז די זכות פון די תורה בטהרה פון די טויזענטער לומדי תורה זאל מען האבן סייעתא דשמיא און קיינער זאל נישט קענען טשעפן די ערליכע ריינע חינוך און מען זאל קענען מגדל זיין אלע קינדער איבעראל לתורה ולעבודה וליר"ש אן קיין שום מכשול,
און דער רבי האט מסיים געווען מעיין הפתיחה בשבח פון די נדבני משתתפי המסיבה השי''ת זאל העלפן סזאל טאקע זיין פון מות און רעב מעות רב מיט אלע השפעות טובות די זכות פון רביה''ק זאל ביישטיין פאר אלע משתתפים און מזאל זוכה זיין צו יברכך השם מציון.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' ישראל זאב וויינשטאק הי"ו.
נאכן בענטשן איז פארגעקומען די הנחת אבן הפינה,
מהאט געזינגן ניגוני התעוררות,
דער רבי האט אריינגעלייגט עטליכע מטבעות פון רבותיה"ק זי"ע און א שטיקל האלץ מבית מדרשו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אין ק"י,
דערנאך האט דער רבי אריינגעגאסן צעמענט אינעם ספעציעל צוגעגרייטן שיסל, און דערנאך מכבד געווען בניו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, און דערנאך די נדבנים און עסקנים אריינצוגיסן צעמענט.
מהאט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה,
מען האט געענדיגט ארום 8:00.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~