מיטוואך אמור
באריכטן ·
🌴 בצל הקודש 🌴
=מיטוואך אמור=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן זאלדאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי ירוחם מיללער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' לייבוש קרויס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק און מוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר נחמן קליין הי"ו.
ב"ר משה מרדכי גרינפעלד הי"ו.
ב"ר יצחק הירש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:00 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מנחה איז דער רבי אריין אינעם זאל שע"י ביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א 'מעמד הכנה ומסיבת לחיים' לקראת הנסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע בראשות הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די זכיה צו פארן צו אזעלכע הייליגע צדיקים וואס גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחיהן, און די פחד וואס כאפט אן ווען מען טראכט אריין ווער די צדיקים זענען געווען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים,
דערנאך זענען אלע משתתפים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש, מען האט געענדיגט ארום 8:30.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מאיר יודא מאלח הי"ו, און וועט אריינגיין אין ביהמ"ד בית חיים דוד דקהילתינו הק' בשכונת פרי מגדים,
דער רבי האט אריינגעשריבן א אות אינעם ספר תורה, און דערנאך געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
ארום 10:00 האט דער רבי געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אלכסנדר ישראל מיללער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
א גוטע נאכט.
~🌴~