דינסטאג אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג אח"ק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ווייסמאן הי"ו - תאומים.
ב"ר מרדכי היימאן הי"ו.
ב"ר שמעון משה ניישטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 5:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וויליאמסבורג צום מעמד קביעות מזוזה פארן בנין החדש והמפואר 'ישיבה לצעירים' נדבת הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:00 אזייגער,
ביים אנקומען איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א קענטיגע קורת רוח.
דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מנחה ברוב עם בהיכל הביהמ"ד.
נאך מנחה האט רבינו שליט"א קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און דערנאך ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אינעם גאנצן בנין אויף אלע שטאקן און צימערן אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, און דערביי געהערט א באריכט פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - נדבן הבנין.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מהאט געזינגן עטליכע ניגונים לכבוד המאורע,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א - ראש ישיבה און מקבל פנים געווען רבינו שליט"א, און דערביי ארומגערעדט לשבח פונעם נדבן החשוב הנגיד ר' אברהם הי"ו, וויפיל כוחות ער האט אריינגעלייגט אהערצושטעלן אזא שיינעם בנין בדמים תרתי משמע, און בפרט די כוחות וואס ער לייגט אריין א גאנץ יאר להצלחת הישיבה.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פאר הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל הישיבה, פארן נדבן הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק דבר אל כל עדת בני ישראל קדושים תהיו און נאכגעזאגט פונעם זרע קודש אז ע'דת ב'ני י'שראל ק'דושים איז ר"ת יעקב און נאכגעזאגט די מדרש אז השי"ת האט מבטיח געווען פאר יעקב אבינו אז כלל ישראל וועט האבן א קיום אלע יארן, און ארויסגעברענגט אז נאר דורך די זכות פון יעקב קען מען זיך האלטן אין גלות און די עקזיסטענץ פון כלל ישראל אפילו אין די טריפה'נע אמעריקע איז נישט ע"פ דרך הטבע.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מען קען זיך צוזאמקומען פאר א חנוכת הבית פאר אזא בנין מפואר, וואו די בחורים וועלן ווייטער שטייגן לשם ולתפארת, און ממשיך געווען מיט יסודות'דיגע דברי הדרכה פאר די בחורים איבער התמדת התורה, עבודת התפלה און פירן א געהויבענעם חסיד'ישן התנהגות מיט א ברען און פלאם ווי ס'פאסט פאר חסיד'ישע בחורים.
באזונדער האט דער רבי דערמאנט לשבח דער חשוב'ער נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכער האט אויפגעבויט אזא שיינער בנין מפואר פאר די ישיבה, און דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פונעם נדבן פאר אלע אנדערע פראיעקטן און בנינים בתוככי קהילתינו הק' אין וומ"ס, וועלכע זענען אהערגעשטעלט אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם און זענען אנגעפילט מיט מתפללים און לומדים אויפן העכסטן סטאנדארט.
דער רבי האט ממשיך געווען איבער די פרישע פראיעקט פונעם נדבן וועלכער גייט בעז"ה אויפשטעלן ביליגע דירות אין קרית יואל, דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט מיט ווייטאג די אומגעהויער שווערע מצב מיט די דירות אינעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג, וועלכע איז טאקע די הייליגסטע וואס קען נאר זיין אין אלע ענינים, תורה, עבודה, גמ"ח, און די גרעסטע צדיקים אין תלמידי חכמים האבן פון דא מפיץ געווען תורה ויראת שמים פאר די גאנצע וועלט, אבער דאך איז די מצב פון די דירות פרייזן שוין אומדערטרעגליך, און עס איז ממש נישט מעגליך פאר א געווענליכער מענטש צו קויפן א דירה, און אפילו דינגען קאסט אפ א הון תועפות, און קוקנדיג מיט א בליק אויף פאראויס זעט זיך נישט אן קיין דערלייכטערונג, נאר עס ווערט נאר ערגער.
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז אין די ברייטע אמעריקאנער גאס, און אזוי אויך אין ארה"ק, האט מען שוין דורכגעבראכן אז א פארפאלק האט חתונה און ציט זיך תיכף אוועק פון די שטאט פון די עלטערן צוליב די הויכע קאסטן פון פארבלייבן אין די עלטערע שטעט, און כאטש וויליאמסבורג איז טאקע זייער ערליך און הייליג, קומט עס נאכאלץ נישט צו צו קרית יואל ברוחניות, און נישט בגשמיות, רביה"ק זי"ע האט אויפגעשטעלט קרית יואל טאקע פאר וויליאמסבורגער אידן, און עס איז געקומען די צייט צו זאגן דעם פסוק קומו צאו מן המקום הזה, און מען זאל זיך ארויס ציען קיין קרית יואל, וואו עס איז די א שפע פון דירות פאר צוגענגליכע פרייזן, און דערצו איז דא גענוג שטחים זיך אויסצוברייטערן
אינעם צוקונפט, און אויסגעפירט "מ'זעט אז דער עתיד פון אנ"ש איז אין קרית יואל".
דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר די הנהלת הישיבה און פאר אלע תלמידים, און א ברכה מיוחדת פאר'ן חשוב'ן נדבן הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו און די גאנצע משפחה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דער רבי האט פארלאזט דעם בנין הישיבה ארום 8:30.
זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' חיים הערש מויזקאפף הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שבת אח"ק אין ביהמ"ד ברך משה דקהילתינו וומ"ס,
דער רבי האט אריינגעשריבן א אות אינעם ספר תורה, און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הנהלת כולל שומרי החומות אפנעמען ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע דינער השנתי וועלכע קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג אמור אין וויליאמסבורג,
דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די לעצטערע פעולות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אזייגער, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 10:40 איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקודש פנימה לרגל שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן פרע"ח הרב יצחק אייזיק שליט"א - ממצויני תלמידי ישיבתינו הק', בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי ישראל אברהם אלטר טויב שליט''א - אב''ד תולדות נפתלי קאלוב ב"פ, בן הגה"צ ר' נפתלי ארי' ליבוש זצ"ל מקאלוב, וחתן הגה''צ ר' יוסף חיים מאשקאוויטש זצ"ל אב"ד שאץ וומ"ס.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה, ובסיפורי צדיקים פון די זיידעס,
מען האט געמאכט דעם קבלת קנין, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די בני המשפחה, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה, מען האט געענדיגט ארום 11:00.
א גוטע נאכט.
~🌴~