מיטוואך אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך אח"ק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה לייב שניצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר נחום שמשון וועבערמאן הי"ו.
ב"ר מרדכי פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יואל הכהן ראזענבערגער הי"ו.
ב"ר מרדכי דוב מאשקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו ובניו ע"פ אשתו / אמם ע"ה.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
ארום 10:00 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אשר אנשיל זאלדאן הי"ו און הרה"ח ר' אלימלך ברא"ל שווארץ הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון ישראל שטיינמעץ הי"ו - וומ"ס און הרה"ח ר' יואל יעקב מרדכי טייטלבוים הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר,
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~